פראנקרייך – פרעזידענט טראמפ וועלכער געפינט זיך די טעג אין אייראפע האט נעכטן געגעבן א העכסט סימפאטישע רעדע, ביי א גרויסע אינטערנאציאנאלע פארזאמלונג אין פראנקרייך, וואו מ'האט אפגעצייכנט דעם 75'סטן יארטאג פון דער "די-דעי" אינוואזיע, אין וועלכער אמעריקאנער זעלנער האבן זיך אראפגעלאזט מיט א שטורעם צו באפרייען אייראפע פון די נאציס ביים צווייטן וועלט קריג.

טראמפ וועלכער האט אין די לעצטע יארן פאר מאל מצליח געווען צו לאזן פאלן רייד אקעגן אייראפע און טוישן די הנחה אז אמעריקע און אייראפע זענען די בעסטע שותפים, האט אין דעם רעדע זייער אנגעווארעמט די באציאונגען ווען ער האט אדרעסירט די לאנגיעריגע פריינטשאפט און אליאנץ צווישן אמעריקע און אייראפע. אין זיינע רייד האט טראמפ געזאגט "מיר פארשפרעכן אז אונזערע לענדער וועלן אויף אייביג זיין שטארק און פאראייניגט. מיר וועלן אייביג זיין צוזאמען. אונזערע הערצער וועלן אייביג זיין לאיאל" דער פרעזידענט האט אנטיילגענומען ביי דער צערעמאניע אינאיינעם מיט'ן פראנצויזישן פרעזידענט עמאנועל מאקרון, וועלכער האט אויך געגעבן א רעדע און געזאגט אז דער העראאיזם פון אמעריקאנער זעלנער אין "די-דעי" וועט נישט פארגעסן ווערן און אז ער וויל באנייען די פריינטשאפט מיט אמעריקע".

די רעדע איז אויסגעלויבט געווארן, אין א צייט וואס אין אייראפע הערט מען נישט קיין סאך קאמפלימענטן אויפן פרעזידענט וואס געניסט פון גאר נידריגע צופרידנהייט ראטעס אין אייראפעער אנקעטעס.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל