טאקיא – די וועלט האט אויפגענומען מיט אינטערעסע די נייעס אז דער יאפאנעזער פרעמיער מיניסטער שינזא אבעי האט אונטערגענומען א נייע מיסיע, צו העלפן בארוהיגן די געמיטער צווישן אמעריקע און איראן, איבער איראן'ס נוקלעארער פראגראם.

דאס קומט אין א צייט וואס די טענער הייבן זיך. זינט טראמפ האט זיך ארויסגעצויגן פונעם איראן דיעל, און לעצטנס מיט נייע מיליטערישע עקסערסייזעס אין די וואסערן נאנט צו איראן, און איראן פארשטייפט זייער רעטאריק. די מיסיע פון יאפאנס פרעמיער וועלכער האט א נאענטע פארשטענדעניש און צוזאמארבעט מיט פרעזידענט טראמפ, און טוט געשעפטן מיט איראן, וועט מעגליך בארוהיגן די סכנה פון א מלחמה. דער יאפאנעזער פירער וועט אפרייזן קיין טעהראן אין א וואך ארום, וואו ער וועט זיך טרעפן מיט'ן איראנער גייסטליכער פירער איאטאלא כומעינאי און איראן'ס פרעזידענט כאסאן רוכאני, צו פרובירן אנצוהייבן פרישע געשפרעכן מיט אמעריקע.

מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער בנימין נתניהו וועלכער איז א הויפט וועלט פיגור אין די מערכה אקעגן איראן און אירע נוקלעארע אמביציעס, האט אפגעהאלטן א טעלפאנישע געשפרעך מיטן יאפאנעזער פרעמיער מיט וועמען ער האט גוטע באציאונגען, און אים אראפגעגעבן זיין אבסערוואציעס און מדינת ישראל זארגן פון איראנס פראגראם, בעטנדיג אים זיך צו האלטן שטייף און נישט פאלן פאר די איראנער.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל