נאך לאנגע וואכן פון עפנטליכע דעבאטעס גייט ניו יארק אין די פוסטריט פון קאליפארניע און האט היינט אפגעשאפן דעם רעליגיעזן אויסנאם וואס ערלויבט עלטערן צו געבן רעליגיע אלס אן אויסרייד פאר׳ן נישט וואקסינירן די קינדער.

גאווערנער קאומא האט שוין נעכטן געמאלדן אז דער ביל פארמאגט שטיצע אין ביידע לעגיסלאטיווע הייזער אין אלבאני און צוגעלייגט אז ער האט גענומען דעם באשלוס צו שטיצן דעם ביל נאכ׳ן אויסהערן ביידע זייטן און געקומען צו א באשלוס אז מען קען נישט ערלויבן פאר עלטערן צו שטעלן אין געפאר זייערע אייגענע קינדער און דעם פאבליק צוליב זייערע אנגעבליכע רעליגיעזע רעכטן״.

א לעצטערע אנקעטע צייגט אז איבער 83 פראצענט ניו יארקער שטיצן דער ביל, און דאס איז היינט באשטעטיגט געווארן אינעם סטעיט סענאט, און וועט אצינד אריבערגיין צום אסעמבלי און קען אריינגיין אין קראפט שוין קומענדיגע וואך.

געוויסע רעליגיעזע גרופעס דרוקן אויס זארג איבער דעם פרעצעדענט אז די רעגירונג נעמט אוועק רעליגיעזע רעכטן, אבער ווייזן אן אז דאס איז ליידער א רעזולטאט פון אומפאראנטווארטליכע אינדיווידועלן וועלכע האבן ליגנט געזאגט אז זיי זענען נישט ערלויבט צו וואקסינירן צוליב רעליגיעזע סיבות.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל