פרעזידענט טראמפ קומט ווידער אונטער באנייטע קריטיק איבער זיין באהויפטונג אז ער וואלט נאכאמאל גענומען אינפארמאציע פון רוסלאנד אויף זיינע פאליטישע קעגנער אויב זיי טוען אים דאס אנבאטן.
ער האט געמאכט דעם באמערקונג דורכאויס אן אינטערוויו אינעם אוועל אפיס ווען דער דזשורנאליסט האט אים געפרעגט אויב ביי די קומענדיגע וואלן קריגט ער אזא אנבאט פון א פיינטליכע רעגירונג אויב ער וואלט עס גענומען אדער איינגעמאלדן פאר די עף-בי-איי.
ער האט געענטפערט ״לאז מיך געמאך״ יעדער איינער וואלט אזוי געטון… אויב מען טראגט אן אינפארמאציע נעמט מען עס! נאכדעם קען מען טראכטן אויב מען זאל עס איינמעלדן פאר די עף-בי-איי.
ער האט זיך ארויסגעדרייט פון ענטפערן ווען דער דזשורנאליסט האט אים אנגעוויזן אז פריערדיגע קאנדידאטן האבן באלד אלאמירט די עף-בי-איי ווען אן אויסערליכע רעגירונג האט זיי פרובירט צו קאנטאקטירן מיט ענליכע טאקטיקן.
דאס האט געברענגט א שטורעם פון קריטיק פון דעמאקראטן, ספיקער נענסי פעלאוסי האט געשריבן ״דער פרעזידענט האט אונז נעכטן געגעבן נאך א ביישפיל אז ער ווייסט נישט קיין חילוק צווישן נארמאלע קאמפיין טאקטיקן און קרימינאלע אקטיוויטעטן״ און האט פארשפראכן צו דורכפירן שטרענגערע געזעצן קעגן אזעלכע פעלער.
טראמפ האט פארטיידיגט זיינע קאמענטארן, און עס פארגליכן צו זיינע דיפלאמאטישע געשפרעכן מיט וועלט פירער שרייבנדיג ״איך רעד צו פרעמדע רעגירונגען יעדן טאג, איך האב אקארשט גערעדט מיט די קעניגן פון ענגלאנד, מיט דער פרעזידענט פון פראנקרייך און פון פוילן… מיר רעדן איבער אלץ און אלעמען, צו דארף איך דאס באריכטן פאר די עף-בי-איי?... קיינער וועט מיך מער נישט געטרויען״ א פארגלייך וועלכע איז פארשריגן געווארן דורך דעמאקראטן אלס פארפירעריש.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה