א קאמישע מאמענט האט זיך אפגעשפילט נעכטן אויף טעלעוויזיע פראגראם וואס רופט זיך ״ספעלינג-בי״  און ווערט מיטגעהאלטן דורך מיליאנען מענטשן, דער פראגראם איז א פארמעסט פון הונדערטער יוגענטליכע איבער׳ן לאנד וואס פארמעסטן זיך מיט זייערע פעאיגקייטן אין אויסלייג און פארשטאנד אינעם ענגלישן שפראך, דער פארמעסט ווערט שמעלער נאך יעדן פראגראם און ביי די ענדע קומט ארויס א געווינער, און די ווערטער ווערן שווערער פון פראגראם צו פראגראם. נעכטן האבן די ארגאניזירער אנגעהויבן איינע פון די לעצטע פראגראמען אין דעם שוי מיט א גאר שווערע ווארט נעמליך ״אידישקייט״ און פארלאנגט פון די קאנדידאטן צו אויסלייגן דאס ווארט אין ענגליש. ווייזט אויס אז דאס ווארט איז א גאר שווערע ווארט פאר די וועלכע זענען נישט באקאנט דערמיט...



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל