א מענטשן רעכט ארגאניזאציע אין סיריע זאגט אז אמווייניגסטנס 160 ציווילע - אריינגערעכנט פרויען און קינדער - זענען אומגעקומען די וואך אינעם אידליב פראווינץ אין סיריע צוליב די באמבאדירונגען פון סירישער רעזשים. אידליב איז דער לעצטער פעסטונג פון די רעבעלן און סיריע מיט די הילף פון רוסלאנד און איראן פירן דורך באמבאדירונגען אויף דעם ראיאן וואס איז געדעכט באוואוינט מיט ארום א פערטל מיליאן מענטשן. די יו.ען. ווארנט אז דאס קען ברענגען א שוידערליכע הומאניטארע קריזיס וויבאלד כמעט אלע שפיטעלער זענען באבאמדירט געווארן דורך דעם רעזשים און דער אסאד רעזשים פרובירט צו ארויפלייגן א גענצליכע בלאקאדע וועלכע קען אויסהונגערן דעם באפעלקערונג און בלאקירט מעדיצינישע הילף וואס קומט יעצט פון טערקיי.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה