אמעריקאנער און גלאבאלע מארקעטס - און ספעציעל סטאקס פון אויטא פירמעס - האבן זיך געעפנט היינט מיט שטארקע פארלוסטן נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט ווידער געסטראשעט מעקסיקא אז ער וועט ארויפלייגן טאריוון פון 5% אויף אלע עקספארט פון מעקסיקא קיין אמעריקע אויב זיי נעמען נישט קיין שטייפערע שריט קעגן אימיגראציע.

מעקסיקא איז איינס פון די גרעסטע אימפארטירער קיין אמעריקע, אנגעהויבן פון קארס און געענדיגט ביי גרינצייג און אזא שריט קעגן האבן א שווערע עפעקט אויף די מארקעט, טראמפ האט געזאגט אז די טאריוון וועלן שטייגן ביסלעכווייז ביז 25% אויב דער פראבלעם האלט ווייטער אן.

דער מעקסיקאנער פרעזידענט האט אין רעאקציע געשריבן א בריוו צו טראמפ אין וועלכע ער דרוקט אויס אנטריסונג אויף דעם פרעזידענט׳ס שריט זאגנדיג ״מעקסיקא טוט אלעס וואס זי קענט, אבער מיר קענען נישט פארלעצן קיין מענטשן רעכטן״ און געווארנט אז די טאריוון וועלן שעדיגן די עקאנאמיע פון מעקסיקא אבער אויך פון אמעריקע.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל