עס איז נעכטן אויפגעדעקט געווארן אז דער גרויזאמער דעספאט פון נארט קארעא קים יאנג-אן האט ברוטאל אומגעברענגט די העכסטע דיפלאמאטן פון זיין קאבינעט צוליב דעם דורכפאל פון זיין סאמיט מיט פרעזידעט טראמפ אין האנוי.

לויט די באריכטן אין די סאוט קארעא פרעסע איז דער הויפט פארשטייער פון נארט קארעא צו דעם סאמיט קים הייאק-שול איז דערשאסן געווארן באלד ביים זיך אומקערן אהיים אינאיינעם מיט נאך פיר הויכראנגיקע דיפלאמאטן, פאר׳ן זינד פון ״פארשעמען דעם פירער״, א זינד פאר וועלכע טויזנטער אין נארט קארעא האבן שוין באצאלט מיט׳ן לעבן.

אויסער דעם איז דער אויסערן מיניסטער קים יאנג שול וואס האט קאארדינירט די פארהאנדלונגען מיט אמעריקע פארשיקט געווארן צו א צוואנגס ארבעט לאגער פון וואו רוב קערן זיך נישט אום. אמעריקע האט דערווייל נישט קאמענטירט איבער די באריכטן און סעקערטערי אוו סטעיט פאמפעאו האט נאר געזאגט אז די באריכטן ווערן גענומען ערנסט און מען פרובירט צו דערגיין אויב דאס איז אמת.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל