דעמאקראטן אין קאנגרעס האבן אפגערופן א געפלאנטע זיצונג אינעם שפיאנאזש [אינטעלידזשנס] קאמיטע וואו מען האט געזאלט דיסקוטירן שריט קעגן דעם אטוירני דזשענעראל וויליאם באר פאר׳ן איגנארירן א סובפינע פאר דאקומענטן וועלכע זענען פארבינדען צום מולער באריכט.
דער פארזיצער פונעם קאמיטע עדעם שיף האט געזאגט אז דאס איז וויבאלד די יוסטיץ דעפארטמענט האט זיי איינגעמאלדן אז זיי וועלן קאאפערירן מיט׳ן צושטעלן דאקומענטן אויב וועלן זיי אפשטעלן די לעגאלע שריט קעגן דעם אטוירני דזשענעראל און אנהאלטן א קעגנזייטיגע דיאלאג.
אינעם בריוו שרייבט א יוסטיץ דעפארטמענט באאמטער אז זיי וועלן פארשנעלערן דעם פראצעדור אים צו איבערגעבן 12 דאקומענטן וועלכע ווערן דערמאנט אינעם מולער באריכט. און זיי וועלן אנהאלטן א דיאלאג מיט די קאמיטע צו צושטעלן די דאקומענטן אין וועלכע זיי נויטיגן זיך פאר זייער קאנטער-שפיאנאזש אויספארשונג קעגן די טראמפ אדמיניסטראציע.
דאס איז באדייטנדע אנטוויקלונג און א זעלטענע צייכן פון קאאפעראציע צווישן די טראמפ אדמיניסטראציע און די דעמאקראטישע אויספארשונגען אין קאנגרעס נאך וואכן פון א עפנטליכע קריג איבער די דאקומענטן, און דערווייל בלייבט איבער צו זען אויב זיי וועלן אויך צושטעלן אנדערע דאקומענטן פאר א באזונדערע אויספארשונג אינעם יורידישן קאמיטע אויף וועלכע דער פרעזידענט האט פארלאנגט עקזעקיוטיווע פרעווילעגיע.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה