דער פיליפינער פרעזידענט דוארעטע האט גענומען שריט צו אנלאדענען שיפן מיט מיסט און אפשיקן טאנען פון מיסט קיין קאנאדע. די רעדע איז פון ארום 103 קאנטעינערס מיט 2,450 טאנען פון מיסט און אפפאל וואס זענען אפגעשיקט געווארן צווישן 2013 און 2014 פון קאנאדע צו די פיליפינען, אפיציעל אויף צו ריסייקלען, אבער עס שטעלט זיך ארויס אז עס איז נישט קיין מאטריאל וואס מען קען ריסייקלען, און עס איז געבליבן שטעקן אויף א פיליפינער אינזל. דער קאנאדער פרעמיער מיניסטער דשאסטין טרודאו האט געזאגט אז ער זוכט א פרידליכע וועג צו לעזן דעם פראבלעם, אבער די פיליפינער אויטאריטעטן האבן געזאגט אז זיי זוכן נישט קיין קאמפראמיס און ווילן אז אלע מיסט ביז׳ן לעצטן ברעקל זאל ווערן אומגעקערט קיין קאנאדע, און פאריגע וואך האט די פיליפינען צוריקגערופן זייער אמבאסאדער פון קאנאדע איבער דעם דיפלאמאטישן געפעכט.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל