אנגעצויגנקייט שטייגט אינעם באלקאן ראיאן נאכדעם וואס זיכערהייט קרעפטן אין קאסאווא האבן דורכגעפירט אן איבערפאל אויף די סערבישע באפעלקערונג אין קאסאווע און דורכגעפירט פילע ארעסטן, די אויטאריטעטן זאגן אז די אפעראציע האט געצילט צו באקעמפן א אויפשטייג אין שמוגלערייען אריבער דעם גרעניץ נאכדעם וואס קאסאווא האט ארויפגעלייגט א גאר הויכע שטייער אויף סערביער פראדוקטן.

די פאליציי זאגט אז זיי האבן דורכגעפירט א רוטינע אינפארסירונג אפעראציע, אבער האבן געדארפט נוצן מאכט נאכדעם וואס די סערבישע סעפעראטיסטן האבן געעפנט פייער אויף די פאליציי. אין רעאקציע צו דעם אפעראציע האט סערביע געשטעלט איר טרופן ביים גרעניץ אויף א הויכע אלערט און געזאגט אז אויב עס פעלט זיך אויס וועט זי אריינגיין קיין קאסאווא צו באשיצן די סערבן.

די צוויי לענדער זענען געווען איין לאנד מיט צווי עטנישע באפעלקערונגען, אלבאניער או סערבן, און הערשט אין 1999 האט זיך קאסאווא אפגעטיילט אבער זי פארמאגט נאך ארום 10% סערבן און דאס ברענגט כסדר׳דיגע צוזאמענשטויסן, עס געפונען זיך דארט אן אנוועזנהייט פון 3,500 נאט״א שלום טרופן - אריינגערעכנט 650 אמעריקאנער -  און נאט״א האט געזאגט אז זיי וועלן אינטערווענירן אויב די מצב פארערגערט זיך.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל