א פארשוין באוואפנט מיט מעסערס איז איבערגעפאלן א שולע באס אין טאקיא -- די הויפטשטאט פון יאפאן, און האט געמאכט א בלוט באד ביים דערשטעכן די קינדער אויף די באס בעפאר׳ן זיך אליין נעמען דאס לעבן. די אטאקע האט געקאסט דריי טויטע און זיבעצן פארוואונדעטע און האט אויפגעשוידערט דאס לאנד וואו די פארברעכן ראטע איז פון די נידריגסטע אין די וועלט. פאליציי האט אידענטיפיצירט דעם פארשוין אלס דער 51 יערגיער רואישי איוואסאקי אן איינוואוינער אינעם שטאט קאוואסאקי אבער זאגן אז דערווייל איז נישט קלאר זיינע מאטיוון, אבער באקאנטע און שכנים זאגן אז ער האט אן היסטאריע פון געוואלדטאטן און פארברעכנס.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל