וואו א מכה וואס מען קען נישט פטור ווערן, איז שוין דאס צווייטער מאל אין איין טאג אפגעכאפט געווארן די ווילדע אויפפירונג פון די באס דרייווערס אין וויליאמסבורג. נאכדעם וואס עס איז פובליצירט געווארן וואו א קראסנא סקול באס פארט אויפ’ן טראטור פארענט פון בראשוב ביהמ"ד (זעה ווידיאס), איז יעצט ארויסגעקומען א ווידיא וואו מען זעהט א סאטמארע באס ווילד פארן אויף די וויליאמסבורגער גאסן, און וואו ער פארט אריבער א רויטע לייט אהן די מינדעסטע אחריות פון אידישע לעבנס.

כלל ישראל וואונדערט זיך הויך, "וויפיהל אומגליקן וועט שוין זיין גענוג?!" מערערע היימישע דרייווערס יאגן זיך צו די פאַרטיידיגונג פון דעם דרייווער, טענה'נדיג אז אנדערע פארשטייען נישט די אנגעצויגענע נאטור פון די דזשאב, אבער די באשיינפערליכע לאגיק זאגט אז ווער ער קען נישט פארנעמען די דרוק פונעם דזשאב זאל גיך פארלאזן זייער שטעלע און מער נישט ריזיקירן די לעבנס פון זייערע רייזענדע און די ארומיגע דרייווערס און מענטשן מיט זייערע גינגאטישע מאשינען.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל