דער פענטאגאן האט צוגעשיקט צו קאנגרעס איר יערליכן באריכט וועלכע נעמט אריין אן אפשאצונג איבער די גלאבאלע געפארן און פראבלעמען פאר די פאראייניגטע שטאטן, און דאס יאר דרוקט עס אויס זארג איבער כינע׳ס אנגייענדע פרואוון צו פארוואנדעלט ווערן אין א גלאבאלע מיליטערישע מאכט דורך פארשידענע מיטלן, אריינגערעכנט מאסיווע ״גניבות״ פון מיליטערישע סודות פון אנדערע לענדער.

דער באריכט שטרייכט אונטער וויאזוי כינע פרובירט צו ״אפקויפן״ לענדער איבער די וועלט מיט׳ן אינוועסטירן אין ציווילע פראיעקטן, און גלייכצייטיג קריגן א מיליטערישע אנוועזנהייט, און ארויסווישן זייערער מיליטערישע סודות. ספעציעל שטרייכט דער באריכט אונטער די זארג פון לענדער ארום דעם ארקטישן ראיאן זענען באזארגט איבער די פארמערטע אנוועזנהייט פון כינעזער סומבארינען און מיליטערישע שיפן.

כינע האט דערקלערט אז זי וועט אהערשטעלן א נייע שיפס-רוט וועלכע פארט אריבער ביים צפון שפיץ פון די וועלט און האט דעריבער אינוועסטירט אין גרינלאנד צו נוצן זייערע טעראטאריאלע וואסערן, דער רוט איז ערמעגליכט געווארן צוליב גלאבאלע אנווארמונג און די פאקט אז די אייז האט זיך אויפגעלאזט און עס ערלויבט פאר שיפן צו אריבעררייזן דעם שפיץ וואס איז אמאל געווען גענצליך פארפרוירן.

אבער דער אמעריקאנער מיליטער איז באזארגט אז דער ציווילער און קאמערציאלע פראיעקט איז אייגענטליך א שלייער פאר א ברייטערע מיליטערישע פראיעקט וואס נעמט אריין דאס אוועקשטעלן נוקלעארע סומבארינען אינעם צפון שפיץ אויף צו קריגן א נוקלעארער אויבערהאנט איבער אמעריקע אין פאל פון א קאנפליקט ח״ו.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל