אין לאנדאן האט זיך אנגעהויבן דער פראצעס איבער די פראגע אויב בריטאניע זאל נאכקומען די פארלאנג פון אמעריקע צו אויסליפערן אהער דזשוליאן אסאנזש, דער גרונדער פון וויקליעקס וועלכע שטייט אויס שפיאנאזש קלאגעס אין אמעריקע פאר׳ן זיך אריינברעכן אין רעגירונג קאמפיוטערס. אסאנזש האט ביים עפענונג פונעם געריכט געזאגט אז זיין ארבעט איז דזשורנאליזם און אז ער האט מיט זיינע אויפדעקונגען באשיצט די מענטשהייט און די קלאגעס קעגן אים זענען דעריבער אומלעגאל. דער אדוואקאט פאר׳ן אמעריקאנער רעגירונג האט געזאגט פאר׳ן געריכט אז ער שטייט אויס א מאקסימום פון פינף יאר טורמע.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל