אפאזיציע גרופעס אין רוסלאנד האבן אויסגעדריקט זארג איבער א נייע געזעץ וואס איז אריין אין קראפט אין רוסלאנד וואס וועט שטארק באגרעניצן די פרייהייט פון רוסישע בירגער צו קאמיוניקירן אויף די אינטערנעט, און וועט געבן די מעגליכקייט פאר די פוטין רעזשים צו פארשטערקערן איר צענזור אויף סיי וועלכע אינהאלט וואס שטעלט א געפאר פאר׳ן רעזשים. דער נייער געזעץ פארלאנגט אז אלע אינפארמאציע וועלכע ווערן אריבערגעפירט אויף די אינטערנעט אין רוסלאנד דארפן אריבערגיין א ״סערווער״ וואס באלאנגט פאר די רוסישע רעגירונג, דאס מיינט אין אנדערע ווערטער איז יעדע שטיקל אינפארמאציע קען קאנטראלירט ווערן דורך דעם רעזשים. דער אפיציעלער אויסרייד פאר׳ן געזעץ איז אז רוסלאנד זוכט דערמיט צו אויסמיידן סייבער פארברעכנס אדער אויסלענדישע שפיאנאזש אויף רוסלאנד.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה