די קאנטראווערסיאלע קאנגרעספרוי אילהאן אמאר האט געברענגט שטארקע קריטיק ווען זי האט געזאגט אין א סטעיטמענט אז עס איז די שולד פון אמעריקע אז ווענעזועלע געפונט זיך אין א כאאטישע צושטאנד, און האט געזאגט אז אמעריקע האט נישט די רעכט זיך צו מישן אין די אנלעגנהייטן פון אן אנדערע לאנד. זי האט געזאגט אז ״אסאך אמעריקאנער פאליסיס האבן בייגעשטייערט צו דעם קריזיס״ און דערמיט זיך באצויגן צו די אמעריקאנער עקאנאמישע סאנקציעס קעגן ווענעזועלע וועלכע זי זאגט האט בייגעשטייערט צום שרעקליכן הונגער. אירע באמערקונגען זענען שטארק קריטיקירט געווארן דורך רעפובליקאנער און מעסיגע דעמאקראטן.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל