נאנט צו א מיליאן איינאוינער אין אינדיע זענען עועוקיואירט געווארן אין בעפארברייטונג צו מאכטפולע ציקלאן וואס דערנענטערט זיך צו די יבשה פונעם ים. אויטאריטעטן אין אינדיע זאגן אז מען האט שוין צענדלגיע יארן נישט געזען אזא שטארקע ציקלאן וועלכע וועט קומען מיט ווינטן פון איבער 125 מ.פ.ש. און דורכשניידן א ראיאן וועלכע איז באוואוינט מיט צענדליגע מיליאנען. דער שטורעם איז ערווארטעט זיך צו אנהייבן היינט ביינאכט און די אויטאריטעטן האבן געווארנט מיליאנען אז זיי זאלן זיך גרייטן פאר׳ן ארגסטן, און האבן אויך אנגעגרייט הומאניטארע הילף און טויזטער רעטונג ארבעטער צו שטיין גרייט אין פאל פון אן ערנסטע קאטעסטראפע.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה