מדינת ישראל האט באמבאדירט עטליכע כאמאס צילן אין עזה נאכדעם וואס עטליכע צינד באלאנען זענען אריבערגעפלויגן דעם גרעניץ און אנגעמאכט שאדנס פאר די פעלדער אין מדינת ישראל נאנט צום גרעניץ צו עזה, און אלס רעזולטאט האט כאמאס געשאסן עטליכע ראקעטן קיין מדינת ישראל. כאמאס באשולדיגט מדינת ישראל אין נישט איינהאלטן געוויסע פארשטענדענישן וועלכע זענען אויסגעהאמערט געווארן דורך עגיפטן מיט עטליכע וואכן צוריק, און כאמאס באאמטע געפונען זיך יעצט אין קאירא אין א פארזוך צו נידערן די פלאמען און קריגן פארלייכטערונגען פון מדינת ישראל פאר די איינוואוינער אין עזה.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל