די בריטישע פרעמיער מיניסטארשע טערעזע מעי האט ארויסגעווארפן איר פארטיידיגונג סעקערטאר געווין וויליאמסאן צוליב א פארדאכט אז ער האט ארויסגעגעבן פאר די פרעסע אינערליכע געשפרעכן איבער סענסעטיווע אנלעגנהייטן וואס אנבאלאנג נאציאנאלע זיכערהייט. די רעדע איז איבער א פלאן צו שליסן אן אפמאך מיט׳ן כינעזער טעלעקאמיוניקאציע פירמע ״הואווי״ צו בויען בויען א פארגעשריטענע קאמיוניקאציע נעץ. דער פלאן איז ארויסגערינען און ארויסגערופן אויפברויז פון אמעריקאנער באאמטע, און טערעזע מעי האט אין בריוו צו וויליאמסאן געשריבן אז זי פארמאגט באווייזן אז ער איז דער וואס האט ארויסגעגעבן דעטאלן דערוועגן און דעריבער פארלאנגט זיין רעזיגנאציע. וויליאמסאן האט רעזיגנירט אבער לייקנט דעם שולד.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה