דער אטוירני דזשענעראל וויליאם באר האט היינט געזאלט ערשיינען פארנט פון א דעמאקראטישע קאמיטע אין קאנגרעס, א טאג נאך א שווערער פארהער אין סענאט. אבער ער האט זיך אנטזאגט פון קומען נאכדעם וואס ער איז נישט איינגעגאנגען מיט די דעמאקראטן צו ווערן געצימבעלט. אזוי אויך איז היינט געווען דער אולטימאטום וואס קאנגערס האט געשטעלט פאר׳ן יוסטיץ דעפארטמענט צו צושטעלן פאר קאנגערס דעם פולן מולער באריכט אן קיין צענזור און אלע דאקומענטן וועלכע זענען פארבינדען דערצו, דער אטוירני דזשענעראל האט אפגעזאגט דעם פארלאנג, און קאנגרעס וועט מעגליך שטימען אים צו באשולדיגן אין ״קאנטעמפט אוו קאנגרעס״ וואס קען עווענטועל ברענגען לעגאלע קלאגעס קעגן אים.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה