א געביידע אין הארץ פון פלעטבוש - ביים ווינקל פון עוועניו P און איסט 5 - איז כמעט גענצליך אומגעפאלן נאכדעם וואס א קאר האט אריינגעשמעטערט דערין, ברענגענדיג פאניק און אנגסט אז מענטשן זענען פארכאפט אונטער די ברוכווארג. הונדערטער פאליציי און פייערלעשער אינאיינעם מיט הצלה און שומרים וואלונטירן זענען אנגעקומען צו די סצענע, און לויט ווי איין שומרים וואלונטיר געט איבער האט ער געטראפן דעם דרייווער פונעם קאר ביים אנטלויפן פון די סצענע זייענדיג צובלוטיגט און דערשראקן, און האט אים פארהאלטן ביז פאליציי איז אנגעקומען. דער אינצידענט האט פאסירט 11:30 ביינאכט און ווי עס שטעלט זיך ארויס איז קיינער פון די איינוואוינער נישט געווען אין די געביידע אין די צייט פון די עקסידענט.






גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל