א פרישע אנקעטע שטעלט דעם געוועזענעם וויצע פרעזידענט דשאו ביידען מיט א באקוועמע אויבערהאנט איבער אלע זיינע דעמאקראטישע קעגנער אינעם פארמעסט, מיט 40 פראצענט שטיצע צווישן אלע דעמאקראטישע וויילער. דער נענטסטער קעגנער איז סענאטאר בערני סאנדערס מיט 19 פראצענט שטיצע, און די אנדערע קאנדידאטן מיט שטיצע אין איינצעלע ציפערן. די אנקעטע צייגט אז סאנדערס האט פארלוירן 5 פראצענט שטיצע זיין ביידען איז אריינגעשפרונגען אינעם פארמעסט. דער אויבערהאנט פון ביידען איז ספעציעל שטארק אין די פיר שטאטן וואס האלטן אפ די ערשטע פריימעריס, אייאווע, ניו העמפשיר, נעוואדע און סאוט קאראליינע, א זאך וואס פארזיכערט אים מיט שטארקע מאמעטום אינעם פארמעסט.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל