לאקאלע פאליטיקאנטן האבן נעכטן געפייערט די עפענונג פונעם גראנדיעזן ״וואודהאל רעזידענץ״ פראיעקט וועלכע האט טראנספארמירט א טייל פונעם וואודהאל שפיטאל אין א אייגענארטיגע אינסטיטוציע מיט ארום ניינציג דירות וועלכע וועלן ארייננעמען מיטל-יעריגע מענטשן מיט ספעציעלע געברויכן און העלפן שטעלן אויף די פוס היימלאזע מענטשן.

דער פראיעקט איז דער ערשטער טייל פון א גרעסערע פלאן פון גאווערנער קאומא צו אינוועסטירן איבער 500 מיליאן דאלער צו באקעמפן היימלאזיגקייט און ארימקייט אין צענטראל ברוקלין און ספעציעל אין די בעדפארד-סטייוועסענט געגענט וואס האט לעצטנס געזען אן אויפשטייג אין היימלאזיגקייט און אין פארברעכן.

קאומא האט אויסגעלויבט דעם פראיעקט אלס דער ערשטער פון אזא סארט, זאגנדיג אז עס וועט זיין אן אינטעגראלע טייל פונעם שטאטישן וואודהאל שפיטאל, און די היימלאזיגע און ארימע וועלן זיין אונטער די אויפזיכט פון ספעציאליסטן אינעם שפיטאל וועלכע וועלן זיי העלפן זיך שטעלן אויף די פוס.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל