קוועלער אינעם היימלאנד זיכערהייט דערפארטעמנט זאגן אז פרעזידענט טראמפ האט געוואלט אז אויטאריטעטן וואס האבן פראבלעמען מיט זיך ספראווען מיט טויזנטער אימיגראנטן וואס פארפלייצן די אימיגראציע איינריכטוגנען זאלן אפטראגן די אימיגראנטן און פליטים צו איינע פון די דעמאקראטיש-קאנטראלירטע סענקטשוערי סיטיס און אזוי ארום פארפלייצן די שטעט מיט אימיגראנטן אין א פארזוך צו באקומען מער קאאפעראציע פון דעמאקראטן, אבער די באאמטע האבן זיך אנטזאגט פון דאס טון. סענקטשוערי סיטיס זענען שטעט וואו די לאקאלע אויטאריטעטן קאאפערירן נישט מיט די פעדעראלער רעגירונג מיט׳ן כאפן און דעפארטירן אומלעגאלע אימיגראנטן.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה