דער דעפיוטי אטוירני דשענעראל ראד ראזנשטיין האט אין אן אומגעווענליכע שריט זיך געלאזט הערן קעגן די דעמאקראטן און זיי קריטיקירט איבער אטאקירן דעם אטוירני דזשענעראל וויליאם בארר און אים באשולדיגן אין פארטייאישקייט, ספעציעל נאכדעם וואס ער האט נעכטן געזאגט אז ער גלויבט אז מען האט אומלעגאל שפיאנירט אויף די טראמפ קאמפיין. ער האט פארטיידיגט דעם אטוירני דזשענעראל איבער זיין האנדלונג מיט׳ן מוללער באריכט, און געזאגט אז ער האט געארבעט אינאיינעם מיט אים און ער איז גענצליך אומפארטייאיש. ראזנשטיין איז אין די לעצטע צוויי יאר געווען א ציל פון רעפובליקאנער אטאקעס וויבאלד ער האט פארפיגט אויפ׳ן מוללער אויספארשונג, און דעריבער ווערט ער געזען אויך דורך דעמאקראטן אלס אומגענויגט.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל