א גרופע פון נאציאנאלע אידישע ארגאניזאציעס האבן נעכטן אפגעשיקט א בריוו צו אלע קאנגרעסלייט אין וועלכע זיי אלאמירן איבער די לעצטע ערשיינונג אז ביידע פארטייען אין וואשינגטאן באשולדיגן איינע דעם צווייטן אין אנטיסעמיטיזם, שרייבנדיג אז דאס נוצן אנטיסעמיטיזם אלס א פארטייאישע שטעקן טוט אפשוואכן דעם קאמפ קעגן אנטיסעמיטיזם און שטעלט אמעריקאנער אידן אין א אומבאקוועמע פאזיציע. דער בריוו רופט פאר ביידע פארטייען צו ארבעטן מיט סענסיטיוויטעט ווען עס קומט צו באקעמפן אנטיסעמיטיזם און נישט עס נוצן אלס מיטל צו אטאקירן די קעגנערישע פארטיי.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל