הויכע פרעשור רוקט זיך אין וואסער אריין, ווען אַ שטאַרק נידעריגע-פרעשור סיסטעם קומט אריין פון מעריב. עטליכע לייכטע רעגנדלעך (דריזל) קען זיך אַנטוויקלען איבערנאַכט ווען דער וואַרעמע פראָנט רוקט זיך ארויפ צו צפון אַיבער די געגנט. אויבער דעם וועט זיין היפש פאַרוואָלקענט, און די טעמפּעראַטורן וועלן פאלן אין די דרייסיגערס אין די סובורבס, און די פערציגערס אין ניו יארק סיטי.

אַיינמאָל די וואַרימע פראָנט גייט ארויף צו צפון, וועט די מערהייט פון פרייטאג בלייבן טרוקן ביז שויערס קומען אן אין אָוונט מיט די פרישע קאַלטע פראָנט איבערנאַכט. ווי אויך איז פארהאן א מעגליכקייט פאר אביסל דינערן פרייטאג צונאַכטס. די טעמפּעראַטורן ווען ארויפגיין ביז די פופציגערס אדער אנפאנג זעכציגערס, און ביינאכט וועט פאלן ביז די פופציגערס. ביים וואסער וועט זיין עטליכע גראַדן נידריגער.

שויערס וועלן זיך רוקן פון מערב צו מזרח שבת צופרי. שב"ק וועט זיין ווארמער ווי געוויינליך, פון די נידריגע זעכציגערס אין לאנג איילענד ביז די זיבעציגערס איז ניו יארק סיטי.


🌐 ניו יאָרק סיטי

היינט ביינאַכט: 🌧\☁️ 47
פרייטאָג בייטאָג: 🌧\🌥 59
פרייטאָג צונאַכטס: ⛈ 56
שב"ק בייטאָג: 🚿?☁️ 71
מוצש"ק: 🚿?☁️ 55
זונטאָג בייטאָג: 🚿 64
זונטאָג ביינאַכט: 🌧🚿←☁️ 56
מאָנטאָג בייטאָג: 🌧←☁️ 66
מאָנטאָג ביינאַכט: ☁️ 48
דינסטאָג בייטאָג: 🌤 60
דינסטאָג ביינאַכט: ☁️🌛 47
מיטוואָך בייטאָג: 🌤 62
מיטוואָך ביינאַכט: 🚿?☁️ 49
דאָנערשטאָג בייטאָג: 🚿?🌥 59

🌐 מאָנסי און קרית יואל

היינט ביינאַכט: ☁️ 39-40
פרייטאָג בייטאָג: 🌧\🌥 57-58
פרייטאָג צונאַכטס: ⛈ 57-58
שב"ק בייטאָג: 🚿?☁️ 74-75
מוצש"ק: 🚿?☁️ 50-52
זונטאָג בייטאָג: 🚿 64
זונטאָג ביינאַכט: 🌧←🚿 52-53
מאָנטאָג בייטאָג: 🚿 66
מאָנטאָג ביינאַכט: ☁️ 42-43
דינסטאָג בייטאָג: 🌤 56-57
דינסטאָג ביינאַכט: ☁️🌛 40-41
מיטוואָך בייטאָג: 🌤 63
מיטוואָך ביינאַכט: 🚿?☁️ 43-44
דאָנערשטאָג בייטאָג: 🚿?🌥 59-60

🌐 לעיקוואָוד

היינט ביינאַכט: 🚿?\☁️ 39
פרייטאָג בייטאָג: 🚿?\🌥 66
פרייטאָג צונאַכטס: 🚿←⛈ 55
שב"ק בייטאָג: 🚿\☁️ 71
מוצש"ק: 🚿?☁️ 54
זונטאָג בייטאָג: 🚿?☁️ 66
זונטאָג ביינאַכט: 🚿\⛈? 54
מאָנטאָג בייטאָג: 🚿\☁️ 68
מאָנטאָג ביינאַכט: 🚿?☁️ 43
דינסטאָג בייטאָג: 🌤 62
דינסטאָג ביינאַכט: ☁️🌛 43
מיטוואָך בייטאָג: 🌤 64
מיטוואָך ביינאַכט: ☁️ 49
דאָנערשטאָג בייטאָג: 🚿?🌤 67




א ? מיינט אז עס איז ווייניגער ווי 50% מעגליך.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל