די פירער פונעם סודאנער מיליטער האבן דורכגעפירט א פוטש קעגן דעם פרעזידענט אָמאַר אַל-באַשיר מיט די האפענונג צו ענדיגן דערמיט די שטורמישע פראטעסטן וועלכע האבן ארומגענומען דעם לאנד רופנדיג פאר זיין רעזיגנאציע, אבער די סודאנעזער בירגער זענען נישט צופרידן פון לעבן אונטער מיליטערישע הערשאפט, און די פראטעסטן זענען פארשטערקערט געווארן און בירגער איגנארירן א מיליטערישע קורפיו פארלאנגענדיג באלדיגע דעמאקראטישע וואלן צו ערוועלן א ציווילע רעגירונג.

די פראטעסטירער האבן זיך אנטזאגט פון אננעמען דעם מיליטערישן פלאן פון א צוויי-יעריגן טראנזיציע טערמין, אויס זארג אז דאס וועט פארבלייבן א מיליטערישע הערשאפט פאר לאנגע יארן, און עלימינירן די האפענונג פאר דעמאקראטיע אין לאנד. עטליכע אינטערנאציאנאלע קערפערשאפטן האבן געשיקט פארשטייער קיין סודאן צו אפהאלטן געשפרעכן מיט אפאזיציע פירער און מיליטערישע פארשטייער, מיט די האפענונג צו פארמיידן א בירגער קריג.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל