פרעזידענט טראמפ האט דעם זונטאג ארויסגעהויבן זיין ״אויסגעצייכנטע פרייטשאפט״ מיט קים יאנג-אן און אויסגעדריקט אפטימיזם אז די געשפראכן וועלן באנייט ווערן טראץ וואס אין די לעצטע וואכן האט נארט קארעא באנייט אירע פארזוכן צו אנטוויקלן איר נוקלעארע מעגליכקייטן. דאס איז געקומען אלס אנטווארט צו א רעדע פון קים יאנג-אן וועלכער האט געשטעלט אן אולטימאטום צו אמעריקע אויב זיי ווילן באנייען די געשפרעכן און געזאגט אז אמעריקע מוז נעמען א נייע צוגאנג אויב זיי ווילן ווייטערדיגע געשפרעכן, דאס נעמט אריין אראפנעמען טייל פון די סאנקציעס אין אויסטויש פאר קעגנזייטיגע שריט פון נארט קארעא. פרעזידענט טראמפ האט אויסגעדריקט אפטימיזם אז די פרעזענליכע פריינטשאפט צווישן אים און קים יאנג-אן וועט העלפן איבערקומען די דיפלאמאטישע שוועריגקייטן און פירן צו א דריטע סאמיט.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל