די סאציאל דעמאקראטישע פארטיי אין פינלאנד האט אפגעצייכנט א שמאלע זיג אין א שטארק נאכגעפאלגטע וואל פארמעסט און דערביי האט דער לינקער לאגער איבערגעקומען קאנטראל פונעם לאנד צום ערשטן מאל זינט 1999, און דער פירער פון די סאציאל-דעמאקראטישע פארטיי אנטי רינעי איז ערוועלט געווארן אלס פרעמיער מיניסטער נאכדעם וואס זיין פארטיי האט געווינען 40 זיצן אינעם פארליאמענט, עטוואס העכער ווי די צאל זיצן פונעם אמטירנדער קאנסערוואטיווער פארטיי וואס האט געווינען בלויז 38 זיצן אינעם פארליאמענט וועלכע פארמאגט צוויי הונדערט זיצן. די זיג איז געקומען טראץ וואס אנקעטעס האבן פאראויסגעזאגט א זיג פאר עקסטרעם-רעכטע אנטי-אייראפעאישע פארטייען.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל