בית גדול שמגדלין בו תורה ויראה:
אויסערגעווענליכער הצלחה'דיגער ווינטער זמן פאריבער אויף תלמידי ישיבת נהרדעא מיט זעלטענער התרוממות והתעלות בתורה ויר"ש אויף אן אייגענארטיגער שטייגער

ערשטער זמן אינעם נייעם הערליכן בנין מפואר / ישיבה סטאנציאנירט אין דעם שטילן סטעטען איילענד געגענט אינדרויסן פונעם רוישיג'ן שטאט / אין שפיץ פון דער ישיבה שטייט הגאון הגדול רבי יצחק זלמן גיפס שליט"א / דער זעלטענער סדר היום פון דער ישיבה / לימוד העיון בדרך הלומדות מיט א שטארקע התעמקות לירד לעומקן של הסוגיית הש"ס / קול תורה הילעכט אפ מן הבוקר ועד הערב / באזונדערע סדר פאר פרייטאג ערש"ק / הערליכער שבת התוועדות / אויסערגעווענליכער איבערגעגעבענע סטעף פון מרביצי תורה ויראה באופן נעלה / הנהלת הישיבה גרייט זיך אויף הצלחה'דיגער זומער זמן ביתר שאת וביתר עז.

ברוקלין - טראץ וואס וואס עס איז היינט א וועלט פון אזויפיל ישיבות ומקומות התורה, דאך שיינט אבער ארויס מיט אן אייגענארטיגער ליכטיגקייט פון דער וואויל-בארימטער מתיבתא מיוחדת במינה "ישיבת נהרדעא" וואס געפינט זיך אפגעזונדערט פון דער רוישיגער שטאט, אין סטעטען איילענד.

אויב דער ישיבה איז פון איין זייט טאקע נאך נייע פון איין זייט, שטייענדיג בלויז אינעם 6'סטן יאר זינט איר הסייתדות, איז עס אבער פון דער צווייטער זייט שוין היינט ברייט באקאנט אלס א זעלטענער מקום תורה, און א ישיבה אויפ'ן שענסטן פארנעם מיטן ה"א הידועה, מיט אירע ספעציעלע אייגענארטיגקייט וואס ברענגט ארויף דער ישיבה אויפן אויבערפלאך פון דער עולם הישיבות וואס איז זעלטן דא איר'ס גלייכן.

די ישיבה גדולה נהרדעא וואס פונקציאנירט שוין 6 יאר כולן שוין לטובה, איז געגרינדעט געווארן דורך דער דערהויבענער ראש ישיבה הרב הגאון הגדול רבי יצחק זלמן גיפס שליט"א רב דביהמ"ד ברכת אברהם אין ב"פ, און לאנגיעריגער ראה"כ ספינקא ב"פ.

כי ביצח"ק יקרא

דער נאמען פונעם ראש ישיבה אליינס הרה"ג רבי יצחק זלמן שליט"א, ברענגט ארויס א שטארקער רעספעקט און יראת הכבוד אינעם גאנצן חרדישן עולם התורה, זייענדיג באקאנט מיט זיינע פילע חבורים מחוכמים וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט שוין ארויסגעגעבן ברוב כשרון ותבונה - באשיינענדיג דערמיט דעם עולם התורה אלוועטליך, צווישן אנדערע איז דער בארימטער ספר "דעת קנית" עה"ת, "מלבושי כבוד" אויף הל' הוצאה, "קערת כסף" אויף יו"ד, און דער ספר "אדון הנפלאות" אויף עניני נפלאות הבורא, וואס פילן אן די ספרים שאפעס פון אלע מקומות התורה ווי מ'גייט נאר אריין, און עס זענען זיך משתעשע דערמיט די לומדי תורה הקטנים רבנן ותלמידיהון בכל מקומות מושבותיהם, ויתענגו בה כל ישרי לב.

האבענדיג דעם גרויסן ראש ישיבה שליט"א אלס דער מייסד ומנהיג הישיבה וואס איז עומד בראשה מיום הוסדה, און באגלייט פונדערנאנט א יעדער איינצעלהייט פון דער ישיבה קטן כגדול, איז באמת איבריג צו מאריך זיין בשבח פון דער ישיבה וואס איז שוין מובן מאיליו פאר יעדער וואס איז נאר אמאל געקומען אין בארירונג מיטן ראש ישיבה שליט"א וואס איז כולו אומר כבוד והערצה.

דמות דיוקנו של רבו

בעצם איז דער בלויזער אנוועזענהייט פונעם גרויסן ראש ישיבה שליט"א - אין ישיבה, א קוואל פון חיזוק, און א לעבעדיגער מוסטער פאר די בחורי חמד שיחי' צוצוזען פונדערנאנט וואס עס הייסט אן אמת'ער עובד ה' אן קיין שום פניות, וואס עס מיינט א ריכטיגער מתמיד עצום בתורה וואס ליגט ראשו ורובו בהויית דאביי ורבא כל כולו, וואס עס איז דער באדייט פון דרך ארץ קדמה לתורה – מיט וואס דער ר"י שליט"א איז ממש א חד בדרא אין דעם פרט מיט זיינע מדות המזוהבות ותרומיות, און דאס אלעס איז א חוץ זיין פילזייטיגע כאראקטער מיט וואס ער איז דער ריכטיגער "איש האשכולות" אין בוכשטעבליכן זין.

ס'מוז טאקע דערמאנט ווערן לשבח, אז דער ראש ישיבה שליט"א איז אין ישיבה "א גאנצן טאג" מן הבוקר ועד הערב, און ער האלט פערזענליך מיט יעדע שיעור, און ער באגלייט א יעדן תלמיד מיט אן אויסערגעווענליכער געטריישאפט - טראץ דעם וואס ער איז א שטארק פארנומענע פערזאן וואס איז פארמישט אין נאך אסאך ציבור'ישע ענינים – און דאס גיבט אסאך חיזוק פאר די בחורים.

מטרת הישיבה

דער ישיבה איז נתייסד געווארן פאר דעם איינעם ציל צו געבן דער גלעגענהייט פאר היימישע חסידישע בחורים מצויינים, פון ערליכע און היימישע שטובער, זיך אויסצובויען מיט א שטארקע קלארע מהלך בלימוד העיון, און אזוי אויך זיך משלים צו זיין בידיעת התורה ובחסידות, אין א ווארעמער אטמאספער באגלייט מיט א געוואלדיגער נעימות און מתיקות, דורכ'ן ארויסברענגן דער שיינקייט פון לימוד התורה, און די שמחת החיים וואס יעדער איד דארף צו לעבן דערמיט, אין וואס ס'איז אין דעם געביט דא א שטארקע חלל אין דער היינטיגער "ישיבה וועלט".

תלי"ת אז מיט גרויס סייעתא דשמיא האט דער ישיבה ב"ה שטארק מצליח געווען למעלה מן המשוער, אין דער באגלייטונג פון דעם ערפארענעם סטעף פון די ישיבה וועלעכע באשטייט פון גאר חשובע און היימישע ערענסטע יונגעלייט יריאים ושלימים, אויסגערופענע מרביצי תורה וחסידות וועלעכער האבן א ספעציעלן חוש צו ארויפברענגן יעדער בחור מצויין, צו א שטאפל פון א מצויין שבמצויינים, מיט יארן ערפארונג, און דער גרעסטער באווייז דערויף איז די צענליגער תלמידים שיחי' יוצאי הישיבה, וועלעכע זענען ממש נתהפך געווארן אויף א געוואלדיגער פארנעם אין די יארן וואס זיי האבן געלערענט בין כותלי הישיבה. אלס דער מנהל הישיבה דינט הרה"ג רבי יואל דאמב שליט"א וואס איז ברייט באקאנט מיט זיין מומחיות און עקספערטיז אין דער עולם הישיבות.

מי שלא ראה בנין נהרדע"א

ובפרט איז דער פארגאנגענעם ווינטער זמן, איז דער ישיבה געשטיגן צו גאר הויכע שטאפלען מיט די סייעתא דשמיא וואס באגלייט דער ישיבה מיום הוסדה, ווען מ'האט זיך צום היי-יעריגן ווינטער זמן אריינגעצויגן אין דער נייער הערליכער בנין הישיבה, וואס איז קוואטירט לשם ולתפארת אינעם סטעטען איילענד ראיאן, א בנין אדיר ומפואר וואס שטעלט צו פאר די בחורים אש"ל מלא, ארייגערעכנט דער העליכער שיינע לאנטש רום, די לופטיגע ברייטע קארידארן, און איבער אלעם די פרעכטיגע אויג-פארכאפענדע היכל הבית המדרש וואס איז אויסגעשטעלט מייעסטעטיש און רחבות'דיג, פארזיכערנדיג דער פולסטער רחבת און ברייטקייט, אז די תלמידי הישיבה זאלן קענען לערנען בהתמדה אומגעשטערטערהייט אין א היכל וואס איז מרחיבין דעתו של אדם.


דער נייער בנין הישיבה איז אהערגעשטעלט געווארן דורך חשובע נדיבים בעם, וועלעכע האבן זיך ספעציעל שיין און ווארעם אנגעריפן מיט גרעסערע סכומים, איינזעענדיג דעם גלענצענדן עתיד פון דער ישיבה וואס איז הולך וגדול פון איין זמן צום צווייטן – הן בכמות והן באיכות, מיט איר ווייטגרייכענדער שם טוב וואס איז הולך לפניו. און ס'איז ספעציעל שטארק באגריסט געווארן דורך די גליקליכע עלטערן – די הורי התלמידים, און אוודאי דורך די תלמידי הישיבה זעלבסט, וואס האבן באקומען די געלעגענהייט פון עוסק זיין אין זייערע לימודים מיט אן הרחת הדעת אויפן שענסטן פארנעם.



דבר יום ביומו

צו באקומען אביסל א נענטערע בליק צו דער ישיבה "נהרדעא", וועלן מיר פרובירן צו ברענגן דער טעגליכער סדר הישיבה דבר יום ביומו, און דערמיט געבן די געלעגענהייט זיך צו באקענען פונדערנאנט מיט די אייגענארטיגער און זעלטענער מקום תורה, וואס גייט אן און פונקאציאנירט מיט גרויס הצלחה פאר 6 טעג א וואך אויף א באשיידענעם אויפן מחוץ לעיר, וואס דאס אליינס איז א מעלה וואס גיבט גאר אסאך צו צום הויכן ניווא פון דער ישיבה.

דער טעגליכער סדר הישיבה הייבט זיך אן אין די פריע פארטאגס שעה'ן, וואס הגם ס'איז נישט דא קיין אפציעלער סדר הישיבה אין די צופרי שעות, איז עס אבער א קידוש ה' צו זען ווי דער ביהמ"ד ווירבלט מיט בחורים וועלעכע קומען פרייוויליג לערנען פאר זיך זייערע זייטיגע שיעורים, און טייל חזר'ן דאן איבער די לימודי הישיבה, בעת ווען אנדערע גרייטן זיך פאר  צו די קומעדיגע שיעור.

ואני תפילה

דאן שטעלט זיך דער גאנצער ציבור דאווענען שחרית אינאיינעם, וואס פון דעם אליינס וואלט מען אויך שטארק געדארפט מאריך זיין, סיי פון דער חלק פון וואס מ'דאווענט אינאיינעם שטיקל נאך שטיקל, און סיי פון דער ווארעמקייט מיט וואס דער דאווענען ווערט אראפגעלייגט, און אפגערעדט פון דער קול תפלה וואס איז בוקע חלונות רקיע.
צו שילדערן דער פארמיטאג סדר וואלט זיך באמת געפאדערט אן ארטיקל פאר זיך, וואס דאס איז א מחזה הוד וואס פארגאפט יעדעם וואס איז נאר אמאל אריינגעפאלן אין דער ישיבה אין די פארמיטאג שעות, און דאס איז עפעס וואס מען זעט נישט סתם אזוי ערגעץ אנדערש.

פקודי ה' ישרים משמחי לב

דער ראש ישיבה – וואס איז נאך מעוטר בטו"ת - שטייט ביים עמוד, און די תלמידים זיצן אלע שורות שורות ככרמים, און הערן זיך צו די העליכער שיעור עיון וואס ווערט אראפגעגעבן דורכן ראש ישיבה שליט"א, מיט זיין ספעציעלן געבענטשן לשון לימודים מיט וואס ער איז שטארק באקאנט.


ביים שיעור איז מען יורד לעומקן של דברים, מיט א טיפע הבנה ישרה, ארומנעמענדיג די סוגיא אין וואס מען איז עוסק אנגעהויבן ביי די ראשונים כמלאכים, ביז צו די גדולי האחרונים אשר מפיהם אנו חיים, מיט א זעלטענעם טעם און געשמאק מיט וואס דער ראש ישיבה גיבט דאס אראפ, און מיט זיין ספעציעלן חוש באווייזט ער אריינצוברענגן "אלע" תלמידי הישיבה אינעם שיעור אן קיין אויסנאמען, אין וואס אלע לעבן מיט מיט א חדוותא דשממעתתא און א פלפולא דאורייתא וואס איז שווער ארפצומאלן אויפן קאלטן פאפיר, און נאר איינער וואס האט דאס אמאל מיטגעהאלטן פונדערנאנט קען דאס פארשטיין.

והחוט המשול"ש לא במהרה ינתק

אויך איז דער פארמיטאג סדר אויסגעשטעלט מיט א געוואלדיגע מייסטערהאפטיגקייט פאר די מאקסימום הצלחה פון די תלמידים, ס'איז צוטיילט אין 3 חלקים. "הכנה" ווי ס'ווערט פארטיילט פאר די בחורים די נויטיגע מ"מ זיך צו קענען ריכטיג פארקוקן צום שיעור, "דער עצם שיעור", און דאן די חלק ה"חזרה" איבערצוגיין דעם שיעור גלייך נאכן פארלערנען. ס'איז צו ערווענען, אז דער זעלבער מהלך, האט דער ר"י שליט"א איינגעפירט ווען ער האט געדינט אלס ראה"כ ספינקא, און מיט דער מהלך האט דער כולל שוין זוכה געווען ארויסצוגעבן הערליכע פירות ותלמידי חכמים מופלגים, ווען צווישן זיי ציילן זיך מערערע דיינים יושבי על מדין לתפארת בית ישראל.




כי "מנהרדעא" תצא תורה

דער נאכמיטאג סדר איז אוועקגעשטעלט אויף "עיון קל", וואס די בחורים לערנען אליינס, און זענען זיך קונה דערמיט דער ריכטיגער וועג וויאזוי אפצולערנען א בלאט גמרא תוס' אליינס מיט א חברותא. בשעת דער נאכמיטאג  סדר הילעכט אפ אינם היכל הישיבה א געוואלדיגער קול תורה, ווען מ'קען באשיינפייערליך זען די התמדת התורה וואס שיינט אראפ פון די איידעלע געזיכטער פון אלע תלמידי הישיבה, אשר כל רואיהם יכירום כי הם זרע ברך ה'.

דער נאכמיטאג סדר ווערט אויך באגלייט מזמן לזמן מיט שיעורים כללים דורכ'ן ראש ישיבה שליט"א, דער ר"י וואס האלט מיט אלע סדרים פון דער ישיבה, באגלייט מיט א ספעציעלער עין פקיחא דער סדר העיון קל, וואס איז א סדר וואס גיבט גאר שטארק צו פארן עתיד פון יעדן בחור באזונדער, אים אויסלערענדיג א מהלך הלימוד אויפן גאנצן לעבן. אזוי אויך ווערט די סדר באגלייט מיט בחינות בכתב פון צייט צו צייט, פון וואס די בחורים האבן א געוואלדיגער קורות רוח, זעענדיג "שווארץ אויף ווייס" זייערע קענטעניסן וואס זיי האבן אין די לימודים, וואס – ווי פארשטענדליך – גיבט דאס גאר שטארקע חיזוק אויף ווייטער.

שאם ישאלך אדם אל תגמגם בה

יעצט ביים סוף זמן זענען איז אריבערגעקומען אין ישיבה הרה"ג המפורסם רבי חיים קלמן גוטמאן שליט"א דומ"ץ קיט"ל סאטמאר סאוט 8 ובעמח"ס "חיים לחג" על המועדים, וואס האט פארהערט די בחורים אויף גאנץ פרק איזהו נשך, פון וואס די דיין שליט"א איז ארויס פון התפעלות צוזעענדיג די ברייטע בקיאות און די רייכע ידיעות וואס די בחורים זענען כולם כאחד מלא וגדוש, ארויסהאבענדיג די שווערסטע און קאמפליצירסטע עניני ריבית כזקינים ורגילים מחודדין בפיהם, א זאך פון וואס ער איז שטארק נתפעל געווארן און האט עס געוואלדיג מפליא געווען.

אזוי אויך איז אפגעהאלטן געווארן א פארהער אין בארא פארק ביי הרב הגאון רבי זלמן לייב מייזעלס שליט"א מורה ודאין בקיט"ל ד'סאטמאר בארא פארק, בן הרה"ג אבדק"ק מיהאלדא שליט"א, וואס האט אויך גאר שטארק באוואונדערט די בקיאות און קענטעניסן פון די יונגע תלמידי חכמים.

החזק במוסר אל תרף

באזונדער מוז ארויסגעברענגט ווערן דער "מוסר שיעור" וואס קומט פאר טעגליך אין ישיבה דורך גרויסן ראש ישיבה שליט"א. וואס חוץ דעם וואס דאס איז א זעלטענער חידוש אינעם עולם הישיבות אז ס'זאל פארקומען א אפציעלער מוסר שיעור, איז דער ראש ישיבה ברייט באקאנט מיט זיינע חובת הלבבות שיעורים, און מיט די ספרים וואס ער האט שוין ארויסגעגעבן געבויט אויפן מהלך פונעם חובת הלבבות.

דער מוסר שיעור איז אייגענטליך גאר א שטארקע סדר אויף וואס די בחורים קוקן שטאארק ארויס דערויף, בעת ווען דער ראש ישיבה לערנט פאר די דברי מוסר, גיסט זיך ארויס מאוצרו הטוב פנינים ומרגניתים טובים ויקרים, יעדער ענין ווערט באגלייט מיט טרעפליכע רעיונות און משלים, מיט סיפורי צדיקים און מיט הערליכע געדאנקען, וואס גיבט גאר שטארק צו צום גאנצען רחניות'דיגער חיות פון דער ישיבה, און איז שטארק צוגעפאסט לפי רוחם פון די תלמידי הישיבה וואס זענען בחורים מבקשים, וועלעכע זוכן כסדר צו שטייגן אין תורה ויר"ש, און די שיעורים איז פאר זיי ממש כמים קרים על נפש עייפה.

חובת האדם בעולמו

אין די שיעורים ווערט אסאך ארומגערעדט פון דער חובת האדם בעולמו, מיט א שטארקע קלארקייט און אויפריכטיגקייט, ובפרט ווערט אסאך ארומגערעדט פון די אלע נסיונות החיים וואס קומט כסדר אינטער פאר יעדן בחור, און אזוי אויך ווערן די תלמידים אנגעגרייט מיט געווער זיך צו קענען ספראווענען מיט אלע מצבים שפעטער אין לעבן, ווען זיי וועלן בעז"ה אליינס בויען זייערע אייגענע שטובער לשם ולתפארת על אדני פז ובדרך המסורה מיט א ריינע השקפה.

רעדענדיג פון די שיעורים פונעם ר"י שליט"א, איז נישט מעליך צו גיין ווייטער אן צו דערמאנען דער "דרשת פתיחת הזמן" וואס דער ראש ישיבה האט געגעבן אנהויב זמן, ווען ער האט אויסגעשמועסט בטוטו"ד דער מטרה פון דער ישיבה, און די סדרי הלימודים א.א.וו. באזונדער האט ער ארומגערעדט איבער דער חנוכת המקום, און פון דער "התחדשות" פון דער נייער בנין הישיבה לשם ולתפארת, דערמאנענדיג דערביי די תשובה פון מרן רביה"ק אין שו"ת דבר"י (או"ח סי' י"ד) ווי ער פסק'נט להלכה אז ווען מ'איז מחדש א נייער בנין, זאל מען מאכן א שהחיינו אויף א נייער בגד און דערמיט אינזין האבן אויך דעם בנין, האט דער ר"י אויסגעפירט אז ער וויל טאקע מקיים זיין און אויספירן דעם פסק הלכה בשער בת רבים, און ער האט דעריבער געקויפט און אנגעטון א נייער בגד, און מיט א קול אדיר האט אפגעדינערט דעם "שהחיינו" בשם ומלכות אינעם נייער היכל הביהמ"ד, ווען כולם כאחד האבן געענטפערט מיט א קענטיגן עקסטאז "אמן", בשמחה רבה ואמרו כולם.

ביי דער געלעגענהייט מוז ארויסגעברענגט ווערן דער קשר חזק ואמיץ וואס הערשט בין רב לתלמיד, צווישן דער גרויסער ראש ישיבה און יעדן תלמיד באזונער, טראץ וואס ס'איז במציאות אפגעטיילט מיט א ווייטער מהלך סיי אין יארן, און סיי אין גאונות בתורה א.א.וו. דאך איז צו באוואונדערן וויאזוי דער ראש ישיבה שליט"א טוט זיך אראפלאזן צו א יעדן תלמיד עקסטערע מיט א סבר פנים יפות, און מיט א פאטערליכער ליבליכקייט וואס לאזט זיך גארנישט זאגן, און יעדער בחור שפירט באשיינפייערליך ווי ער האט אן אוזן שומעת וואס איז אים גרייט אויסצוהערן, צו העלפן, און באגלייטן, אין אלע זיינע הינזיכטן.

ותחזק התקשרותינו אליך באהבה

ס'איז צום באטאנען, אז דער קשר וואס יעדער בחור האט מיטן ראש ישיבה, איז נישט נאר פאר די עטליכע יאר וואס ער לערענט בין כותלי הישיבה, און ער טרעפט זיך יעדן טאג מיטן ר"י פנים אל פנים. נאר דער קשר האלט אויך אן שפעטער ווען די תלמידים פארלאזן די אזוי באליבטע ישיבה ווענט, און זיי האבן חתונה, וואס דאן האלט דער קשר חזק ואמיץ אן אין א געוויסן זין נאך פילפאכיג מער און שטערקער, ווי די טייערע אברכים יוצאי הישיבה געבן איבער, אז פאר די איינע סיבה צו האבן אזא נאנטן קשר מיטן ר"י אויך שפעטער אין דער חתונה געהאטע לעבן, דאס אליינס איז אלעס כדאי געווען צו ווערן א תלמיד פונעם ר"' הגאון רבי יצחק זלמן שליט"א.

שפעטער קומט פאר דער הערליכער נאכט סדר, וואס אין א צייט וואס אין געוויסע מקומות איז עס א היפשע נאכגעלאזטע סדר הלימוד, איז עס אבער אין ישיבת נהרדעא אינגאנצן אנדערש, ס'איז א סדר מיטן פולסטן קנאק, די סדר הלימוד איז אין שו"ע הל' שבת וואס ווערט באגלייט דורך די געטרייע שו"מ ת"ח מופלגים אין שפיץ פון הגאון דער ראש ישיבה שליט"א.

והיה ביום השישי והכינו

א זעלטענהייט פון א סדר איז דער סדר הישיבה פון "פרייטאג", וואס ס'איז נישט קיין סוד אז דער פרייטאג סדר איז שטארק נאכגעלאזט אין מערערע אנדערע מקומות, מיט דעם אלעם האט מען דא אין די ישיבה יא מצליח געווען עס אוועקצושטעלן על מכונו, מיט דער רצון און פארלאנג פון די חשובע בחורים זעלבסט, וואס האבן געוואלט אויסנוצן אויך דעם פרייטאג ווי עס דארף צו זיין און מאכן דער ריכטיגער הכנה צום שבת קודש.

דער סדר באשטייט בעיקר פון א זעלטענער און אינהאלטסרייכער שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א, געבויעט אויף דער פרשת השבוע, אין וואס מ'איז מקיף די פרשה מיט ענינים נפלאים ונשגבים, מיט ידיעות שונות און הלכות מפוזרות וואס קומט אלץ ארויס פון דער פרשה. וכבר איתמחי גברא ווען דער ר"י שליט"א איז שוין פון לאנג באקאנט אין דער תורה וועלט מיט זיין בארימטן ספר "דעת קנית" וואס איז אויך געבויעט אויף אזא שטייגער.

דער שיעור איז עפעס אויף וואס קיין שום בחור פארגינט זיך נישט עס צו פארפאסן אדער פארפעהלן, און ס'זעט זיך טאקע שטארק אן דער באטיילוגונג פון א יעדער תלמיד הישיבה אן קיין אויסנאמען. אויך ווערט ביי דער שיעור געלערענט און אויסגעשמועסט אינטערעסאנטע הלכות פון הל' שבת אויף הלכה למעשה – דורכ'ן ר"י שליט"א וואס איז באקאנט מיט זיין כח ההוראה ענטפערענדיג כסדר צענליגער שאלות מידי יום ביומו פאר די פילע שואלים בדבר הלכה המשכימים לפתחו.

דער געדאנק פון דער פרייטאג שיעור ברענגט בכלל שטארק ארויס דער מהות פון דער ישיבה, ווי מ'זעט אויסצונוצן "יעדע צייט" פאר לימוד התורה, אפי' אין שוועכערע צייטן ווי א יומא דפגרא וכדומה פארלירט מען זיך נישט מיט קיין זייטיגע זאכן, נאר מ'פילט אלעס אן מיט תורה ועבודה אויפן שענסטן פארנעם.

המגי"ד מראשית אחרית

דער הנהלת הישיבה וואס זוכט כסדר דער רחניות'דיגער הצלחה פון דער ישיבה, ברענגט אויך אראפ מזמן לזמן בעלי מגידים ודרשנים מפורסמים, וואס זאלן אריינברענגן א התחדשות און התעוררות אין די תלמידים, אין די ענינים פון תורה ועבודת השי"ת וועלעכע זענען פון די דברים הצריכים חיזוק בכל עת.

צווישן אנדערע איז אראפגעקומען הרה"ג ר' ישעי' ווייס שליט"א מגיד מישרים בקיט"ל סאטמאר – לכבוד פורים קטן, און נאכן ארויסהייבן לשבח דער מחזה וואס האט זיך אים אנטפלעקט אריינקומענדיג אין דער ישיבה, האט ער מאריך געווען אין דער ענין פון הודאה מעניני דיומא, וואס דאס איז א געוואלדיגער יסוד און מיטל פאר עבודת השי"ת, און ער האט ציטירט הערליכע מאמארים דערויף מפי ספרים וסופרים.



אזוי אויך איז אין א צווייטער געלעגענהייט אראפגעקומען אין ישיבה הרה"ג ר' יצחק אייזיק קרישעווסקי שליט"א, וועלעכער איז ברייט באקאנט מיט זיינע דרשות נלהבות מיט וואס ער איז מעורר אזויפיל לבבות ישראל לאבינו שבשמים, ער האט גאר שטארק ארומגערעדט איבער דער ענין פון דינען דעם אוירבערשטן מיט א שמחה, חשק, און חיות, און שפירן א זיסקייט און נעימות אין לימוד התורה, מיט וואס דער ישיבה איז נעמליך שטארק אויסגעצייכנט און אוועקגעשטעלט אויף ד יסודות.

עקסטערע דארף באגריסט ווערן דער דרשה פון הרב הגאון הגדול רבי שמעון יצחק שלעזינגער שליט"א מו"ץ דעדה החרדית אין ירושלים עיה"ק תובב"א – וואס איז א לאנג-יעריגער ידיד נאמן מיטן ר"י שליט"א נאך מימי נעוריו מימים מקדם – און ער האט זיך ספעציעל מטריח געווען בטירחא דגופא ובטלטולא דאורחא, צו קומען אויפטרעטן פאר די תלמידי הישיבה עפ"י בקשתו פונעם ר"י שליט"א, דער גאון שליט"א האט א לענגערע צייט גערעדט צו די תלמידים אין פארשידענע תורה'דיגע נושאים, און אזוי אויך מעורר און מעודד געווען בדברי חיזוק והדרכה. צווישן אנדערע האט דער גאון שליט"א ארויסגעהויבן שטארק דער פאקט אז די תלמידים בלייבן לערנען אין א היימישע ישיבה אין ארה"ב, און פארן נישט לערנען אויף א"י וואס איז אסאך מאל אין א בחינה פון יצא שכרו בהפסדו, ותצאותיו מי ישורנה.

ובראשי חדשיכם

"א ראש חודש אין ישיבה...", יא, אפי' ראש חודש איז אייגענארטיג אין ישיבת נהרדעא, יעדן ראש חודש – און אזוי אויך יעדן יומא דפגרא ווערט געפראוועט א סעודה אין ישיבה לכבוד היום, באגלייט מיט שיינע דרשות א.א.וו.

אויך ווערט געגעבן די געלעגענהייט פאר די חשובע בחורים זיך אויסצושארפן די כשרונות אויף פארשידענע אופנים, צ.ב.ש. ביי פארשידענע מאורעים אין ישיבה ווערן די בחורים מכובד אויפצוטרעטן מיט דברי תורה - צ.ב.ש. חנוכה און ביי אנדערע יומא דפגרא - און מיט פטפוטי דאורייתא טבין, וואס גיבט גאר אסאך צו צום אטמאספער און הצלחה פון דער ישיבה.

באזונדער איז געווען דער מעמד "משיב כהלכה" וואס איז פארגעקומען אין ישיבה אום חמשה עשר בשבט, ווען די בחורים האבן זיך אין די טעג פארדעם אנגעגרייט הונדרעטער שאלות בעניני "ברכת הנהנין" הנוגעים למעשה מידי יום ביומו, און בשעת דער מעמד – וואס איז פארגעקומען ביי דער רייכער חמשה עשר סעודה אין ישיבה – איז געגעבן געווארן דער געלעגענהייט פאר די תלמידים זיך אויפצושטעלן און פרעגן די שאלות, וואס איז געענטפערט געווארן דורך דער ראש ישיבה שליט"א בטוט"ד. דער מעמד איז געווען א מחזה הוד צוצוזען, און עס האט זיך פארצויגן פאר אריבער צוויי שעה, דאס האט אריינגעברענגט א געוואלדיגע ריתחא דאורייתא אין אלע תלמידים, וואס האט זיך אנגעזען פאר לאנגע וואכן שפעטער.

וביום השבת קודש

אוודאי דארף אויך דערמאנט ווערן דער "שבת התוועדות" וואס איז געפראוועט געווארן אינמיטן דעם ווינטער זמן על ההרים והגבעות, דער שבת איז אפגעראכטן געווארן אויף גאר א דערהויבענער פארנעם בכמות ובאיכות – וואס פארדערט זיך א אפשאצונג און באשרייבונג פאר זיך, וואס האט איבערגעלאזט א געוואלדיגע רושם און השפעה אויף אלע תלמידי הישיבה.

דורכאויס די גאנצע צייט פונעם עקזיסטענץ פון דער ישיבה דערקענט זיך באשיינפייערליך אן די גרויסע מיה און פלאג וואס עס ווערט אריינגעלייגט דורך דער הנהלת הישיבה, וואס זייער גאנצער וועזן איז נאר ווי מ'קען הייבן נאך שטערקער דעם ניווא פון דער ישיבה אין אלע הינזיכטן און אספעקטן.

דער ישיבה "נהרדעא" האט זיך קונה שם טוב געווען, זייענדיג שוין באקאנט היינט אלס א "ערענסטער מקום תורה", ווי דער גאנצער אוויר און אטמאספער איז איינמאל תורה און נאכאמאל תורה, און ס'איז אלעס מיט אן ערקוואקסענעם צוגאנג, באופן וואס יעדער בחור ווערט געבויעט און אוועקגעשטעלט לשם ולתפארת.

אצינד גרייט זיך דער הנהלת הישיבה צו א העכסט געלונגענעם זומער זמן ביתר שאת וביתר עז, עס בלייבט נאר איבער זיי צו וואונטשן, שיצליחו בכל מעשי ידיהם להגדיל תורה ולהאדירה, זיי זאלן ווייטער קענען אנגיין מיט דער הערליכער בית גדול לה' שמגדלין בו תורה ויראה. אכי"ר.

אין לנו שיור רק התורה הזאת


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל