לאנג ערווארטעטער באריכט פארמאגט גוטע און שלעכטע נייעס פאר׳ן פרעזידענט – פרעזידענט טראמפ טריאומפירט אז דער באריכט טוט אים גענצליך ריינוואשן – דעמאקראטן ווייזן אן אויף טיילן פונעם באריכט אז דער פרעזידענט איז מעגליך יא באגאנגען פארלעצונגען – מולער טוט ווידער פעסטשטעלן אז רוסלאנד האט אקטיוו געארבעט צו ערוועלן פרעזידענט טראמפ – פרעזידענט טראמפ האט פרובירט אין צען פעלער צו שטערן דעם אנגייענדן אויספארשונג און אויך צו אפזאגן ראבערט מולער.



היינט אינדערפרי האט דער אטוירני דזשענעראל וויליאם באר ביי א פרעסע קאנפערענץ געמאלדן אז ער וועט איבערגעבן פאר קאנגרעס דעם פולן מולער באריכט, און אזוי אויך עס ארויפשטעלן אויפ׳ן יוסטיץ דעפארטמענט וועבזייטל פאר׳ן אמעריקאנער פאבליק. עטליכע וואכן נאכדעם וואס מולער האט אים איבערגעגעבן דעם באריכט און ער האט ארויסגעגעבן בלויז א קורצע סך הכל דערוועגן.

דער לאנג-ערווארטעטער באריכט לייגט ארויס די מסקנות פון א ברייטפארצווייגטע אויספארשונג פון איבער צוויי יאר וועלכע האט אריינגעקוקט אין פארשידענע אספעקטן פונעם אינטערווענץ פון די רוסישע געהיים דינסט אין די 2016 פרעזידענטליכע וואלן.

דער באריכט שטעלט פעסט אז  די רוסן האבן קאארדינירט א ברייטע אפעראציע צו העלפן פרעזידענט טראמפ ערוויילט ווערן אלס פרעזידענט, און אלס טייל פון דעם אפעראציע האבן זיי געהעקט די אימעילס פון קלינטאן און פון די דעמאקראטישע הויפטקווארטירן אין א פארזוך צו פארשפרייטן נעגאטיווע אינפארמאציע אויף קלינטאן.

דער באריכט פון 400 זייטן לייגט ארויס אלע געפונסן פון די שטאב פון פראקורארן איבער צוויי צענטראלע פראגעס, נעמליך אויב דער פרעזידענט און זיין קאמפיין האבן קאלאבערירט מיט די רוסן אין זייערע אקטיוויטעטן, און אזוי אויך אויב דער פרעזידענט האט פארלעצט דעם געזעץ מיט׳ן פרובירן צו שטערן דעם אנגייענדיגן אויספארשונג דערוועגן.

איבער די ערשטע פראגע פירט דער באריכט אויס אז דער פרעזידענט און זיין קאמפיין זענען נישט געווען אין פארבינדונג מיט די רוסן און האבן נישט קאלאבערירט מיט זיי, אבער דער באריכט טוט ווידער באשטעטיגן וואס די אמעריקאנער שפיאנאזש אגענטורן האבן געזאגט אז די רוסן האבן אקטיוו געארבעט צו העלפן טראמפ ערוועלט ווערן וויבאלד זיי האבן געהאלטן אז ער איז בעסער פאר זייערע אינטערעסן.

און איבער די צווייטע פראגע פירט די באריכט אויס אז דער פרעזידענט האט טאקע פרובירט צו שטערן דעם אויספארשונג, אבער פארט איז נישט קלאר אז זיינע אקטיוויטעטן האבן פארלעצט דאס געזעץ.

דער באריכט רעכנט אויס איבער צען פעלער וואס דער פרעזידענט האט אקטיוו פרובירט צו ענדיגן דעם אנגייענדן אויספארשונג, און טוט אויך קומען צו אן אויספיר אז דאס וואס דער פרעזידענט האט אפגעזאגט דעם עף-בי-איי דירעקטאר דזשעימס קאומי איז געווען צוליב דעם וואס ער האט געהאפט אז דערמיט וועט זיך שליסן די אויספארשונג.
-
דעמאקראטן באשולדיגט באר אין פאליטישע מאניפולאציעס
דעמאקראטישע געזעצגעבער האבן אין די שטונדען פאר די פרעסע קאנפערענץ פונעם אטוירני דזשענעראל אים אראפגעריסן און אים באשולדיגט אין קאנספירירן מיט די טראמפ אדמיניסטראציע צו פארווישן די נעגאטיווע דעקונג קעגן דעם פרעזידענט, אריינגערעכנט די פאקט אז ער האט פאררופן א פרעסע קאנפערענץ אנדערהאלבן שעה פאר ער האט איבערגעגעבן דעם באריכט פאר קאנגרעס. דער דעמאקראטישער פארזיצער פאר׳ן יורידישן קאמיטע אין קאנגערס דזשערי נאדלער האט אים באשולדיגט אז ער זוכט דערמיט צו פירן א ״פרעסע קאמפיין״ צו ריינוואשן דעם פרעזידענט און פארווישן די נעגאטיווע אינפארמאציע אינעם באריכט. ענליכע קריטיק זענען געהערט געווארן פון די דעמאקראטישע פירערין אין קאנגערס נענסי פעלאוסי, און סענאטאר טשאק שומער און נאך וועלכע האבן פארדאמט דעם גאנצן פרעסע קאנפערענץ און געזאגט אז עס איז נישט אויסגעהאלטן פאר זיין פאזיציע אז ער זאל שטעלן דעם טאן איבער׳ן באריכט, און אז ער האט געזאלט ״איבערגעבן דעם באריכט און שווייגן״
-
דעמאקראטן אין קאנגערס לאדענען איין ראבערט מולער פאר א פארהער
אין ליכט פון דעם באריכט האבן דעמאקראטן געשיקט א בריוו צום ספעציעלן אויספארשער ראבערט מולער אין וועלכע זיי בעטן אים צו אראפקומען פאר א פארהער אין קאנגערס פאר א פארהער. דער פארזיצער דזשערי נאדלער זאגט אז ער וויל פרעגן מולער פארשידענע אפענע פראגעס וואס דער באריכט האט נישט געענטפערט. דער אטוירני דזשענעראל וויליאם באר האט ביים פרעסע קאנפערענץ געזאגט אז ער האט גארנישט דערקעגן אז מולער זאל אויפטרעטן פאר קאנגרעס צו ערקלערן זיינע געפונסן.
-
צו טוט טאקע דער באריכט ריינוואשן דעם פרעזידענט איבער קאלוזשען?
דער באריכט טוט קאטעגאריש באשטימען אז דער פרעזידענט און זיין קאמפיין האבן נישט קאלאבארירט מיט רוסלאנד אויף צו שעדיגן די אויסזיכטן פון קלינטאן צו געווינען די 2016 וואלן, אבער פארט שטרייכט מולער אונטער אז די קאמפיין איז געווען באוואוסטזיניג איבער די רוסישע אקטיוויטעטן צו העלפן טראמפ, און האבן ערווארטעט אז דאס וועט העלפן דעם פרעזידענט ערוועלט ווערן.

אזוי אויך פירט דער באריכט אויס אז די קאמפיין האט געהאלפן פארשפרייטן אינפארמאציע וואס זיי האבן ערהאלטן א דאנק דעם וואס די רוסן האבן געהעקט די קאמפיוטער סיסטעמען פון סעקערטערי אוו סטעיט הילערי קלינטאן און די דעמאקראטישע הויפטקווארטירן, א זאך וואס דער אטוירני זשענעראל האט באצייכנט אלס ״צווייפלהאפטיגע אקטן״ אבער נישט קרימינאלע פארברעכן.

דער באריכט דעטאלירט אויך א פארצווייגטע ״נעץ פון קאנטאקן״ צווישן טראמפ און זיין קאמפיין און די רוסן, און שטרייכט אונער אז 16 אינדיווידועלן זענען געווען אין קאנטאקט מיט רוסלאנד דורכאויס דעם קאמפיין איבער פינאנאציעלע און פאליסי אנלעגנהייטן, אבער פארט זענען נישטא קיין באווייזן אז זיי האבן קאארדינירט צו אינטערווענירן אין די וואלן.
דער באריכט לאזט דעריבער אפן א טיר פאר די דעמאקראטן אין קאנגרעס צו ווייטער אנגיין מיט אויספארשונגען, און זאגן אז טראץ וואס מען האט נישט געפונען קיין באווייזן איבער קאלוזשען, איז אבער פארט פארבליבן שווערע פראגע צייכענעס איבער צווייפלהאפטיגע פארבינדונגען מיט די רוסן.

צו איז דאס שטערן יוסטיץ א קרימינאלע פארברעכן?
ווען עס קומט צו שטערן יוסטיץ טוט דער באריכט אייגענטליך באשולדיגן דעם פרעזידענט אין שטערן יוסטיץ, און זאגט אז דער פרעזידענט האט פרובירט צו שטערן די אנגייענדע אויספארשונג. פארט אבער טוט מולער נישט נעמען א שטעלונג אויב דער פרעזידענט איז דערמיט באגאנגען א פארברעכן, זאגנדיג אז דער באריכט קען נישט באשטעטיגן אז דער פרעזידענט איז באגאנגען א פארברעכן, אבער קען אים אויך נישט ריינוואשן.

דער באריכט לאזט דעריבער דעם אטוירני דזשענעראל מאכן דעם באשלוס אויב דער פרעזידענט איז באגאנגען א פארברעכן, און דער אטוירני דזשענעראל האט אונטערגעשטראכן אז טראץ וואס דער פרעזידענט איז געווען ״אויפגערעגט״ איבער דעם אויספארשונג האט ער איינגעטליך קאאפערירט מיט די אויספארשער און צוגעשטעלט אלע דאקומענטן און אינפארמאציע וואס זיי האבן פארלאנגט. און אז דער פרעזידענט׳ס באפעלן צו אפזאגן מולער און צו שטערן דעם אויספארשונג זענען אייגענטליך נישט אויסגעפירט געווארן.

אויסער דעם האט דער אטוירני דזשענעראל שוין פון לאנג אויסגעדרוקט זיין מיינונג אז דער פארברעכן פון שטערן יוסטיץ איז בלויז א קרימינאלע פארברעכן אין א פאל וואס דער אויסגעפארשטער ווערט אייגענטליך צום סוף אנגעקלאגט אין א לעגאלע פארברעכן, אבער שטערן א אויספארשונג וואס פארמאגט נישט קיין ״קרימינאלע אונטערלאגע״ איז דעריבער נישט קרימינאל.

וואס איז אויסגעמעקט געווארן פונעם עפנטליכן באריכט?
פונעם 400 בלעטערדיגן באריכט זענען אויסגעמעקט געווארן פיר סארטן אינפארמאציע. איינצעלהייטן פונעם גרענד דזשורי וועלכע זענען באשיצט אונטער׳ן געזעץ. קלאסיפיצירטע רעגירונג געהיימניסן. מאטריאל וועלכע זענען פארבינדען צו אנגייענדע אויספארשונגען און דאס פארעפנטליכן קען שעדיגן דעם 14 אויספארשונגען וועלכע זענען פארבינדען צום באריכט און זענען אונטער אויספארשונג פון אנדערע רעגירונג אגענטורן.
-
צו קענען דעמאקראטן זען די אויסגעמעקטע טייל?
וויבאלד דעמאקראטן האבן פרובירט צו באשולדיגן אז דער אטוירני דזשענעראל דינט די פאליטישע אינטערעסן פונעם פרעזידענט האט דער אטוירני דזשענעראל באשטעטיגט אז ער וועט געבן צוטריט פאר דעמאקראטישע קאנגרעסלייט וואס זענען מיטגלידער אינעם יורידישן  קאמיטע צום פולן באריכט אן די צענזורן אז זיי זאלן זיך קענען איבערצייגן אז די מעקונגען זענען געטון געווארן פראפעסיאנעל פאר לעגאלע צוועקן.
-
צו איז דאס טאקע די ענדע פונעם טראמפ-רוסלאנד סאמאטוכע?
דער באריכט זאגט אז טראץ וואס זי איז געקומען צום אויספיר אז טראמפ האט נישט קאלאבערירט מיט די רוסן זענען דורכאויס דעם אויספארשונג ארויפגעשווימען אסאך לעגאלע פראגעס און מעגליכע פארברעכנס, און זיי האבן איבערגעגעבן 14 אויספארשונגען פאר אנדערע רעגירונג אגענטורן. אזוי אויך זענען די דעמאקראטן אין קאנגרעס ווייט פון פערטיג און זאגן אז דער מולער באריכט טוט נישט ריינוואשן דעם פרעזידענט. דאס באדייט ווארשיינליך אז דער מולער באריכט וועט דאמינירן אמעריקאנער פאליטיש ביז צו די 2020 פרעזידענטליכע וואלן.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל