דער סענאט אין וואשינגטאן סטעיט האט היינט באשטעטיגט א געזעץ וועלכע וועט עלימינירן געוויסע אויסנאמען וואס עלטערן האבן געקענט באקומען פון וואקסינירן זייערע קינדער. אונטער די נייע סטאנדארטן קענען עלטערן נישט באקומען קיין אויסנאם אויפ׳ן באזיס אז זיי זענען אין פרינציפ קעגן מעדיצין, אבער פארט האט די סענאט נישט באשטעטיגט א פריערדיגע רעזאלוציע פונעם סטעיט לעגיסלאטור וואס וואלט אויך עלימינירט דעם אויסנאם פאר רעליגיעזע סיבות, וויבאלד דאס גייט קעגן די קאנסטיטוציע. די נייע רעגולאציעס קומען אין ליכט פון א מיזעלס אויסברוך האט עפעקטירט 74 מענטשן אינעם סטעיט און האט געברענגט אגרעסיווע אינפארסירונג פון די אויטאריטעטן און דערווייל איז אריבער 42 טעג אן קיין פרישע פעלער.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה