דער מעיאר האט היינט גענומען א אויסערגעווענליכע שריט און דערקלערט אן ״עמורדזשענסי העלט קריזיס״ איבער דעם מיזעלס אויסברוך וואס פלאגט היימישע געגנטער אין ברוקלין, ספעציעל אין וויליאמסבורג.

אונטער די עמורדזשענסי פארארדענונגען מוז מען וואקסינירן די קינדער, און עלטערן וואס וואקסינירן נישט די קינדער זיין אויסגעשטעלט צו א געלט שטראף פון טויזנט דאלער, און מוסדות וועלכע לאזן אריין אומוואקסינירטע קינדער וועלן זיין אויסגעשטעלט צו שטרענגע קאנסעקווענצן אריינגערעכנט גענצליך פארשליסן די מוסדות וואס פארלעצן דעם פארארדענונג.

דער העלט דעפארטמענט קאמיסאר האט ביים פרעסע קאנפערענץ געזאגט אז דער עמורדזשענסי איז פאררופן געווארן מיט די קאאפעראציע פון פארשטייער פון די געמיינדע וועלכע זענען באזארגט איבער די פאלשע אינפארמאציע וואס ווערט פארשפרייט קעגן וואקסינען און די געזונהייט געפאר וואס דאס שטעלט פאר׳ן ציבור.

גלייכצייטיג הערט מען קריטיק אויף דעם עמורדזשענסי דעקלעראציע, אריינגערעכנט פון גאווערנער קאומא וועלכער האט געזאגט אז ער גלייבט נישט אז די סיטי האט די לעגאלע רעכט צו צווינגען עלטערן צו וואקסינירן קינדער קעגן זייער ווילן.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל