פעדעראלע געזונטהייט באאמטע האבן נעכטן געזאגט, אז דערווייל האבן זיי געהאט מינימאלע סוקסעס אינעם קאמף קעגן דעם אנגייענדיגן מיזעלס אויסברוך איבער'ן לאנד, און מען האט געזען א שטארקן שפרינג אין מיזעלס פעלער אין די לעצטע וואכן.
ביז דער ענדע פון פאריגע וואך, זענען שוין דא היי יאר 555 באשטעטיגטע מיזעלס פעלער איבער'ן לאנד, וואס איז מיט 90 פעלער מער ווי די 465 וואס זענען געווען מיט צוויי וואכן צוריק. די פרישע מיזעלס פעלער זענען געטראפן געווארן אויסגעשפרייט אין צוואנציג סטעיטס.
אין ניו יארק סיטי זענען שוין דא 329 פעלער, זינט דער אויסברוך האט זיך אנגעהויבן פארלאפענעם הערבסט סעזאן, און נעכטן האבן די שטאטישע באאמטע געוויזן ווי ערנסט זיי נעמען דער זאך, מיט'ן צייטווייליג אפשפארן א פרי-סקול אין וויליאמסבורג, צוליב א פראבלעם מיט די וואקסין רעקארדס.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה