אלבאני – ניו יארק גאווערנאר ענדרו קאומאו, וועלכער האט נאכאנאנד פארדאמט פרעזידענט טראמפ'ס שטייער רעפארם אלס אן עקאנאמישע דיזעסטער פאר ניו יארק, האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א געווינער פונעם נייעם סיסטעם, לויט טעקס ריטוירן רעקארדס וואס קאומאו האט נעכטן ארויסגעגעבן. די רעקארדס צייגן אז קאומאו האט געצאלט 51,925 דאלער אין סטעיט און פעדעראלע שטייערן אין יאר 18', וואס איז מיט עטליכע טויזנט דאלער ווייניגער ווי די 54,659 דאלער וואס ער האט געצאלט אין יאר 17', ווען דער רעפובליקאנער שטייער רעפארם געזעץ איז נאכנישט געווען אין אפעקט.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה