פיטסבורג – די "פיטסבורג פאוסט גאזעט" צייטונג איז נעכטן באעהרט געווארן מיט א פוליצער פרייז, צוליב איר דעקונג פון דער טראגישער אנטיסעמיטישער שיסעריי אטאקע וואס האט פאסירט ביים סינאגאג אין פיטסבורג פארלאפענעם אקטאבער. 11 אידן הי"ד זענען געשאסן און אומגעברענגט געווארן דורך א וויסטן ברוטאלן אנטיסעמיט, און די לאקאלע צייטונג האט געהאט נאכאנאנדע עקסקלוסיווע און ברייטע דעקונג איבער דער שיסעריי אטאקע און אלעס ארום. צווישן אנדערן האט זי געהאט אויף איר דעקל א וואך נאך דער שיסעריי, אין גרויס די ווערטער "יתגדל ויתקדש שמיה רבא", פרעצעדענטלאז פאר א גוי'אישע צייטונג.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה