פראנקרייך – א פארשוין אין צפון פראנקרייך זאגט אז ער האט געשטאכן זיין שכן, ווייל ער האט געוואלט "אומברענגען א איד". די שטעכעריי אטאקע האט פאסירט אין בורדאן, וואו דער פארשוין האט געשטאכן אן 58 יעריגן מאן פופצן מאל, פון וועלכע יענער האט געליטן שווערע וואונדן און האט געדארפט דורכגיין עטליכע אפעראציעס. ער איז געראטעוועט געווארן דורך א פריינט וועלכער איז בייגעקומען דעם אטאקירער. למעשה שטעלט זיך ארויס אז דער אטאקירטער איז בכלל נישט א איד, אבער דער אטאקירער שטייט אויס האס-קלאגעס צוליב זיין אריגינעלן מאטיוו.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל