פארווארט


עס האט פארציילט הגאון רבי רפאל דוד אויערבאך זצ"ל (ראש ישיבת שער השמים) ער איז אמאל געווען ביים גרויסן און הייליגן חזון איש זצ"ל מיט נאך עטליכע מענטשן. מ'האט דארט ארומגערעדט איבער די גרויסע התקדמות - די פארשריט פון חכמת הרפואה. איבער די ערפינדונג פון די לעבנס וויכטיגע 'אנטיביאטיק'. און אנדערע מעדיצינישע מאשינערי אד"ג. דער חזון איש האט דאן געזאגט אז מ'דארף דאנקן הקב"ה אז די דאקטורים האבן מצליח געווען אז זיי קענען העלפן און היילן די מענטשהייט. האט זיך איינער פון די אנוועזענדע זיך אנגערופן: אבער עס איז דא א מחלה וואס אפילו מיט די אלע פארשריטן אין די מעדיצינישע וועלט אין הרופאים מוצאים ידיהם ורגליהם כיצד לרפואתה. די דאקטורים ווייסן נישט ווי אזוי צו היילן די 'ביטערע מחלה' השם ירחם רח"ל. האט זיך דער חזון איש אנגערופן במתק שפתיו: צו מיינסטו אז הקב"ה שפילט מיט אונז שחמ"ט. פון איין זייט איז ער כביכול מקדים די רפואה, און פון די צווייטע זייט שלאגט ער אונז בחוסר אונים ח"ו? נאר וויסן זאלסטו, אז אזוי ווי ביי 'לימוד התורה' געפונען מיר שביררו לנו גדולי ישראל די דברי חז"ל מיט דעם וואס זיין האבן מחלק געווען בין מילתא למילתא. און עס איז מעגליך אז אפילו נאכדעם וואס איין גדול האט מחלק געווען בין מילתא למילתא זאל קומען א אנדערע גדול און זאל זאגן אז אפילו אין איינע פון די צדדים אליין זאל אויך זיין א חילוק בין מילתא למילתא. (והביא שם דוגמא: שחילק הקצות בין מזיק למשתרשי. ובא הגר"ח מבריסק זצ"ל וחילק במשתרשי גופיה. ואחרי החילוק של הגר"ח רואים את הדברים באור אחר, אך הוא לא המציא דבר שלא היה אלא שגילה לנו פרט מסוים ועל ידו בולט פרט אחר לעין פרט שלא שמנו לב אליו קודם לכן.)

דאס זעלביגע איז ביי 'רפואה'. די מחלה איבער וואס איר רעדט איז נישט ניי אויף די וועלט. עס איז שוין געווען בימי קדם. נאר ווען די רפואה פון אנדערע קרענק איז נאכנישט געווען אזוי פארגעשריטן (כדוגמת לונגן אנטצינדונג אד"ג) האט מען נישט צוגעלייגט צופיהל קאפ און די עולם הרפואה איבער די ביטערע מחלה ה"י. אבער כהיום שברוך השם איז די גאר גרויסע פארשריט אין אסאך אנדערע קרענק. זעהט זיך אן די חילוק פון די ביטערע מחלה מיט אנדערע קרענק, גאר שטארק. אבער בפועל איז נישטא קיין מכה חדשה און נישט קיין תוספות חולי וואס איז נישט געווען בעפאר אויפן וועלט. ואמר: שגם במחלה זו צריך לעשות תשובה ולבקש רחמים והשי"ת יעזור. רבי רפאל דוד האט צוגעלייגט אז דער חזון איש פלעגט זיין רגיל צו זאגן אז אויף די ביטערע מחלה דארף מען מתפלל זיין ווען מ'זאגט 'בורא רפואות'. ע"כ.

צווישן די גאר גרויסע המצאות וואס האט געראטעוועט די וועלט שיינט ארויס 'אנטיביאטיק' און 'וואקסינעשאנ'ס'. אינעם דיזן מאמר וועלן מיר זיך באציען איבער די המצאה פון 'וואקסינעשאנ'ס'. און מיר דארפן דאנקן הקב"ה פאר די המצאות אין חכמת הרפואה. כדברי החזון איש הנ"ל.

לאמיר עפענען די 'שערי מדע' און דערגיין די שורש פון די המצאה פון די נפלאות הבורא איבער וואקסינעשנ'ס. און דערביי אביסל ארומשמועסן איבער 'תורת הרפואה' בשיטת החזון איש. באמונה, בבטחון, ובהשתדלות. ניתי ספר ונחזי. ובעזרת השם נעשה ונצליח.


דקדוק על אמצעי הבריאות היא עבודה אהובה לפניו יתברך – בתורת החזון איש


ומעשה באחד פון די פערזענליכע דאקטורים פונעם חזון איש דאקטאר משה האמר. דער דאקטאר האט אים געפרעגט אויב איז איז מן הראוי אז א דאקטאר זאל האבן א אייגענע פריוואטע קאר. און ער האט דערביי צוגעלייגט א נתינת טעם. אז מיט א פרייוואטע קאר וועט ער קענען שנעלער אנקומען צום חולה וואס איז מצפה לעזרתו. האט אים דער חזון איש געענטפערט אז 'ניין! אן וואס ער זאל אנגעבן זייין טעם דערביי.

מיר זענען זיכער אז מאנכע ליינער טראכטן באזוך אז מתסמא האט עס צוטון מיט די גדרים פון השתדלות און אמונה ובטחון וויפיל מ'מעג אלס טון. אבער הערט די עמקות.

דער דאקטאר, וואס האט געהאט א שטארקע הערצה און שעצונג צום חזון איש האט אויסגפאלגט די תשובה הסתומה פונעם חזון איש, און נישט געקויפט קיין קאר. עס איז אריבער א שטיק צייט, דער חזון איש האט פלוצים באקומען הארץ יסורים, און איז געווען נוטיג און זאפארטיגע הילף. דער דאקטאר ד"ר משה האמר האט געוואוינט אין תל-אביב. מ'האט אים געלאזט רופען אז ער זאל שוין קומען צופארן צום חזון איש. דער דאקטאר וואס האט נישט פארמאגט קיין פריוואטע קאר, האט אפגעשטעלט א טעקסי און זיך ארויסגעלאזט קיין בני ברק צום חזון איש. אויפן וועג אין רמת גן האט די טעקסי אנהגעהויבן צו האבן מעכאנישע פראבלעמען, און עס האט נישט ווייטער געקענט פארן. דער דאקטאר איז ארויסגעשפרינגן פון דעם טעקסי, און האט אפגעשטעלט א צווייטע טעקסי.

בשעת ווען דער דאקטאר האט זיך מטפל געווען מיטן חזון איש. האט ער פארציילט פארן חזון איש וואס עס איז פארגעקומען אויפן וועג אהער. האט דער חזון איש אים געגעבן א פרעג: אויב וואלט דער קאר וואס איז שטעקן געווארן אויפן וועג געווען דיין אייגענע קאר, ווי אזוי וואלסטו דיר דאן אויפגעפירט? האט דער דאקטאר אים געענטפערט. ווי פארשטענדליך וואלט איך ווען נישט געקענט פארזעצן מיין נסיעה. כ'קען דאך נישט לאזן מיין קאר אינמיטן וועג. נו, האט דער חזון אים מגיב געווען. יעצט זעסטו פארוואס דאקטאר זאל נישט פארמאגן קיין אייגענע קאר!

אזוי איז צוגעגאנגען די מהלך המחשבה פונעם חזון איש בכלל ובעניני רפואה בפרט. דער חזון איש באיגרותיו (ח"א קל"ז) שרייבט: הדקדוק על אמצעי הבריאות היא עבודה אהובה לפניו יתברך, ואשרי האדם שניצל מזרמת ההבל ואשר שם ה' יתברך מבטחו, עכ"ל. באידיש: דאס אכט געבן בפרטיות אויפן געזונט איז א באליבטע עבודה פאר הקדוש הברוך הוא. און וואויל איז פאר דער וואס איז אפגעהיטן פון די שטראם פון נארשיקייט און פארלאזט זיך אויף הקב"ה. – ווי דער בעל חוט השני זז"ג ערקלערט אז דער חזון לייגט דא פאר די דילעמאַ און עס איז קלארער אויסגעשמועסט אין איגרת קל"ו. לאמיר מעתיק זיין גאלדענע לשון: הנני חושב את ההשתדלות הטבעיות במה שנוגע לבריאות למצוה וחובה, וכאחת החובות להשלמת צורת האדם אשר הטביע היוצר ב"ה במטבע עולמו, ומצינו מאמוראים שהלכו אצל הרופאים מאומות העולם ומינים להרפא, והרבה מן הצמחים ובעלי חיים ומוצקים שנבראו לצורך רפואה וגם נבראו שערי חכמה שניתן לכל, לחשוב ולהתבונן ולדעת, אם כי יש דרך בדרכי ה' יתברך לדלג על הטבע. וכל שכן על רב השתדלות בה, מ"מ צריך לפלס מאד כי שתי הנטיות מקו האמת המדויק אינן ישרות, אם לבטוח יותר ממדרגת הבטחון שהגעתי באמת, ואם להאמין בהשתדלות יותר מדאי. עכ"ל.

בספר 'החזון איש' (בראון – פרק שני פולמוסו של החזון איש עם תנועת המוסר) דעקט אויף איינצעלהייטן איבער דעם בריוו וואס דער חזון איש האט געשריבן. ער האט עס געשריבן צו זיין צוקנופטיגן שוואגער דער סטייפלער גאון זצ"ל וואס האט דאן געלערענט אין נובהרדוק בביאליסטוק. ווי בראון צייכענט אן איז אין יאר תר"פ זיך צעשפרייט די מחלה טיפוס הבטן אין עטליכע טיילן פון רוסלאנד. אויך עטליכע בחורים פון נובהורדאק זענען אנגעשטעקט געווארן. זייענדיג א מחלה וואס כאפט זיך אריבער פון איינעם צום אנדערן, האט מען די בחורים געהאלטן פארשפארט. עס איז נישט געווען ווען עס זאל זיך אפגעבן מיט די בחורים. א לענגערע באריכט איבער וואס עס איז דאן פארגעקומען, געפונען מיר אינעם ספר 'נוברדוק' עמוד 358 – אונטערן קעפל 'מפרידה לפרידה' און 'הספינה שאיבדה קברניטה' שרייבט דער כותב א דראמאטישע קאפיטל געשיכטע. איבער די מגיפה וואס האט אומגעבראכט זעכצן בחורי ישיבת נובהרדוק און אזויפיל ווי פופצן טויזענט אידן. דער קדוש דער אלטער פון נובהרדוק באקאנט אלס דער אלטער, האט נישט געלאזט קיינעם זיך מטפל זיין מיט די חולים אלס א חשש אז זיי זאלן זיך אנשטעקן. ער האט זיך מוסר נפש געווען און זיך אליינ'ס מטפל געווען מיט די חולים, זאגענדיג אז ער איז שוין אלט (כבן שבעים היה) לבסוף איז דער אלטער אויך געפאלן צו די מגיפה השם ירחם. ווי זיין תלמיד רבי דוד בודניק וואס האט מספיד געווען זיין רבין פיר יאר שפעטער האט געזאגט: אם הרב דומה למלאך ה' וכו' גענוי ווי א מלאך וואס פירט אויס שליחתו של מקום באופן וואס דער מלאך האט נישט דערפון קיין שום תועלת. אזוי דארף א רב נאכזוכן נאר די טובה פון אנדערע אהן קוקן אויף זוך. און אזוי יצאתה נשמתו פונעם אלטער פון נובהרדוק. מסירות נפש ממש.

הנוגע לענינו. דער חזון איש ברענגט ארויס די דילעמאַ, וויפיהל בטחון? וויפיל השתדלות? דער חזון איש שמועסט עס אויס: פון איין זייט זעהן מיר ווי אפילו אמוראים זענען זיך געגאנגן היילן ביי נישט אידישע דאקטורים. און ער צייגט אן אז כביכול האט באשאפן אסאך געוויקסן און בעלי חיים נאר לצורך רפואה און נאך חכמות. אפילו הקב"ה האט דרכים אז מ'זאל נישט דארפן צוקומען צו די טבע. אבער פון די צווייטע זייט פעהלט זיך אויס בטחון בהשי"ת. נו וויפיהל איז די גדר פון בטחון און השתדלות אקעגן טבע און רפואה ורופאים? דער חזון איש אליינס שרייבט. אויב איז מען זיך בוטח מער פון די מדריגת הבטחון וואס מ'האלט באמת, אדער צו גלייבן אין די השתדלות מער ווי מ'מעג.

קלארער צו פארשטיין די דילעמאַ פונעם חזון איש וועלן מיר צוברענגן די סיפור וואס דער בעל חוט השני דערציילט. רבי חיים וואלאזינער זצ"ל איז אמאל געווען ביי זיין רבי'ן דער גר"א. דער גר"א האט דאן גערעדט בענין בטחון בהשי"ת. באותו זמן האט רבי חיים געהאט א מכה אויפן פיס און זיין פיס איז דאן געווען באנדאזשירט. ווען ער האט געהערט די דברי התעוררות בעניני בטחון פון זיין רבי'ן, האט ער אראפגעשלעפט דעם באנדאזש פון זיין פיס. דאס הייסט אז מ'דארף נישט עוסק זיין בעניני רפואה, נאר זיך פארזיכערן און הקב"ה. ווען רבי חיים איז אהיימגעקומען האט ער צוריקגעלייגט דעם באנדאזש אויפן מכה. דהיינו, אין די מאמענט וואס ער האט געהאט די התעלות במידת הבטחון פון די ווערטער פון זיין רבי'ן האט ער געשפירט אז ער געפונט זיך אין אזא דרגה אז ער דארף נישט עוסק זיין ברפואה, אבער נאך א שטיק צייט האט ער געשפירט אז ער געפונט זיך שוין נישט אין די מדריגה האט ער געדארפט צוקומען צו די השתדלות פון רפואה. נמצא למדין: בטחון אהן קיים שום השתדלות איז נישט בנמצא אין אונזער דור - לפי החזון איש, און עס פארלאנגט זיך די השתדלות צו טוהן וואס די אלגעמיינע דאקטורים זאגן. און נאכדערצו ווען אונזערע רבנים פסקנ'ן אז עס גייט אריין אין די כלל פון ונשמרתם מאד לנפשותיכם. דאס איז זיכער אז די גרופע זענען נישט קיין אויסגעארבעטע במידת הבטחון. אויב יא וואלטן זיי געטוהן וואס עס איז מוחזק אז עס העלפט (זעה תשובות בעל תשובות והנהגות) זיי זענען זיך בוטח אין זיך אליינ'ס און טוען דערמיט שעדיגן אנדערע.

די המצאה פון די מושג פון וואקסינעשאנ'ס. א גמרא!


במס' יומא דף פד: מי שנשכו כלב שוטה מאכילין אותו מחצר כבד שלו. רבי מתיא בן חרש זאגט אז אויב איינער איז געביסן געווארן פון א קראנקע הונט (רעבי"ס) זאל מען אים געבן צו עסן פון די 'לעבער' פון די הונט און עס וועט אים היילן. די חכמים קריגן זיך אז אז עס איז נישט קיין זיכערע רפואה. אין ירושלמי יומא: גרמני עבדיה דר' יודן נשייא נשכו כלב שוטה והאכילו מחצר כבד שלו ולא נתרפא. מימיו אל יאמר לך אדם שנשכו כלב שוטה וחיה. די קנעכט פון רבי יהודה איז געביסן געווארן פון א קראנקע. מ'האט אים געגעבן צועסן פון די לעבער פנעם הונט אבער ער איז נישט אויסגעהיילט געווארן.

לפי רבי מתיא בן חרש איז דאס געבן פונעם לעבער פונעם הונט צו עסן, דוקא ווייל די לעבער פארמאגט פונעם קרענק, דאס וועט העלפן צוהיילן. לעמות זה די חכמים זאגן אז אז עס נישט זיכער אז עס העלפט, און לעבער פון א הונט איז דאך א דבר טמא, ממילא זאל מען עס נישט עסן.

אט די גמרא איז געזעהן געווארן אין די פראנצויזשע שפראך דורך לואי פּאַסטער Louis Pasteur (יאהר 1881 למספרם). ווער איז דאס לואי פּאַסטער? זיין נאמען געפונט זיך אין יעדעמ'ס הויז. אויפן מילך באטעל אדער אויפן אראנדזש דזשוס באטל pasteurized. פעסטערייז"ד מיינט אז עס איז אויפגעקאכט געווארן אפצוהארגענען די באצילן, אזוי האלט זיך עס לענגער פריש.

דער פּאַסטער האט געזעהן די ספר מבוא שערים פון הרב יצחק ראבינאוויץ ווי ער ברענגט אראפ די אויבענדערמאנטע גמרא. ער האט אויפגעשפרינגן. מ'נעמט אביסל פון די אנשטעקיגע קרענק און מ'לייגט עס אריין אין די קערפער. און די אימיון סיסטעים פון די מענטש דערקענט אז עס איז א פרעמדע און שעדליכע באציל. און זיי טוען אטאקירן די שעדליכע באצילן. פון אנפאנג האט ער עס אויספרובירט אויף בעלי חיים. זיין קומענדיגע שטאפל איז געווען עס אויסצופרובירן אויף א מענטש. ער האט געזוכט א קרענק וואס טוט אפעקטירן סיי בעלי חיים און סיי מענטשן, און ער איז געקומען צו די החלטה אז 'רעבי'ס' וואס קומט פון א בייס פון א קראנקן הונט, טוט אפעקטירן סיי בעלי חיים און סיי מענטשן.

זיין פראבע האט געוויזן אז אפילו געביסענע בעלי חיים זענען אויסגעהיילט געווארן נאכן באקומען א דאזע פון די קרענק. ער האט זיך יעצט געטראפן אין א עטישע דילעמאַ. וועלכע מענטש וועט זיך לאזן אויספרובירן? ער האט נאך זוכעניש באגעגענט א קינד Joseph Meister, א ניין יעריג קינד וואס איז געביסן געווארן און איז געווען אויסגעשטעלט צו א זיכערע טויט. זיינע עלטערן האבן באוויליגט אויסצופרובירן עס אויף זייער קינד. זיי האבן נישט געהאט וואס צו דערלייגן. און וואונדער איבער וואונדער, עס האט אויסגעהיילט דאס קינד. הפלא ופלא די מקור פון וואקסינעשנ'ס איז א משנה א גמרא.

עס האט אונז געערגבערט אז לכאורה איז די חז"ל מיט די וואקסינעשאנ'ס נישט גלייך. כהיום טוט מען געבן וואקסיענשנ'ס, מ'געט אריין אביסל פון די קרענק כדאי די קערפער זאל עס אויסקעמפן. דערקעגן די חז"ל האט מען הערשט געגעבן די לעבער פונעם הונט נאכן ווערן געביסן. אתמהה? ומצאתי את שאהבה נפשי אין א 'בוך' וואס דער גרויסער און הייליגער רמב"ם האט געשריבן איבער 'ביסן און סם'. די בוך האט דער רמב"ם ארויסגעגעבן לויטן פארלאנגן פון דער סולטאן. צווישן אנדערע שרייבט דער רמב"ם, אז עס קען נעמען אזויפיל ווי אכט טעג פונעם ביס ביז די סם זאל אריינגיין אין די קערפער. דעריבער עצה'ט ער אז מ'זאל ארויסזויגן די סם פון די הויט. וואס עס איז נוגע פאר אונז איז, אז עסן די לעבער גייט עס אריין אין די קערפער נאך בעפאר די אכט טאג וואס די סם טוט זיך איינעסן אינעם קערפער, ממילא איז דאס עסן טוט נאך אנקומען פארן ביס.

עס איז אינטערעסאנט צוצייכענען א משך חכמה (פרשת חקת יט, ג) וז"ל: והנה מצאנו 'חוקה' בסתרי הטבע, שארס המחלה, בהתהרכבה בדמי החולה, אז יהיה זה מזור. כאשר נתפשט כעת הרפואה נשוכי כלב שוטה ובחולי אסכרה, ועוד מחלות שונות. אשר זה שיטת רבי מתיא בן חרש בסוף יומא. כן בסתרי התורה, כי הפרה האדומה והשעיר המשתלח, כאשר יעשו, זה משתלח מבפנים, וזו נוכח פתח אוהל מועד, זה מכפר וזה מטהר. ומי יבא בסוד ה'.

עפילאג


מיר האבן בלויז אנגערירט די שערים פון א נושא וואס איז גאר ברייט און טיף. צום ווייטאג איז צוליב גרופעס פון איינזייטיגע יחידים טוט די היימישע ציבור ליידן מבפנים פון די אייגענע ומבחוץ פון די גוים. אקעגן די פסק פון אונזערע רבנים, און אקעגן די מציאות, טוען מאנכע - בעיקר נשים - זיך אנהערן און אנליינען איבער א נושא וואס מ'דארף צוהערן צו גרויסע און קראנטע דאקטורים און צו די רבנים. יא, מיר האבן פרובירט צו פארשטיין די צווייטע זייט. יא, עס קען אפילו זיין אז פארשידענע וואקסינעשאנ'ס האבן געדארפט א תיקון. מיר ווייסן נישט, אבער עס קען זיין. אבער ווען מ'זעהט ווי דער בעל שבט הלוי זצ"ל און יבלחט"א די בית דין פון ירושלים און פון היגע רבנים וואס הייסן פאלגן די דאקטורים, דארפן מיר נישט זיין קלוגער. עס לייגט זיך נישט אויפן שכל ווי אזוי הני שאין חכמתם אלא בפלך זאלן זיך ארויסשטעלן בפומבי און זאגן מיינונגען און אונז מאכן ללעג ולקלס בגוים. – ווילאנג די פארקרומטע מיינונג האט נאר אפעקטירט די קינדער פון זיי, נא. אבער יעצט שטעלן זיי אונז אריין אין א סכנה פון שנאת ישראל און פון פיזישע פארשפרייטונג.

איינע פון די קאנספיראציעס איז אז עס טוט ברענגן אטיזום רח"ל. ווי האט יענער געשריגן אז מיר אלע די רוב מנין ובנין וואס האט באקומען די וואקסין זענען משוגע. אויף דעם האט חנה געבעטן שמואל זאל זיין גבר בגוברין. וואס איז אינטערעסאנט צו זיין נארמאל (כפי הבנתם) ווען יעדער ארום זיי איז נישט נארמאל (כפי הבנתם).

השי"ת דער רופא נאמן זאל אונז היילן בגוף ובנפש און זיי אויך בנפש ובגוף. אכי"ר.

זעהט הוספה


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל