פארווארט


כבודה של חג הפסח וועלן מיר שרייבן א נושא וואס איז כנגד ארבעה בנים. יעדע קורא וועט קענען עפעס הנאה האבן דערפון בעז”ה. די נושא וועט זיך באציען איבער די יארנגאנג פון קינדער זייער פסיכילאגישע טוישן און נאך פארשידענע אינטערעסאנטע באגריפן. ווי אויך איבער גדולי ישראל בקטנותם. אבער מקודם לאמיר מקדים זיין א 'הקדמה' בנודע הילדות שבגדולים.

מיר אלע ערוואקסענע טראגן זיך ארום מיט 'מוסכמות הילדות' – די מושג פון 'גירסא דינקותא' טוט שטערן די וואוקס פונעם מוח היהודי. לאמיר עס ערקלערן: בשנות ילדות אין די קינדערישע יארן. איז אונזער מוח און הארץ נאכנישט מבושל און נאכנישט מוכן אנצוקוקן באגריפן מיט איר פולן טיפקייט און מיטן פולן דעת. ווי רש”י במס' סוכה (ב.) שרייבט: הזקיקו להרגיל את הקטן למצוה שהוא ראוי לה, כדי שיהא מחונך ורגיל למצוות. ווי נאר א קינד פאנגט אן רעדן פאנגט מען אים אן מחנך צו זיין ללמוד תורה און צו מקיים זיין מצות בפועל. אפילו דאס קינד האט נישט קיין באגריף איבער די טייטש פון די ווערטער און די טיפע השגות פון די מצות. עכ”ז כדי ער זאל ווערן געוואוינט אז ווען ער ווערט א מחיוב במצות זאל ער צולייגן בגרות און מחשבה צו די פעולות.

דא עקא, אבער רובא דרובא ערוואקסענע בלייבן מיט די גירסא דינקותא. נעתיק את לשונו הזהב מהגאון רבי דב יפה זצ”ל: גירסא דינקותא בכל סכלותה נשארת גם בימי הגדלות, אם לא יעקרוה. עוד בנינים רבים יבנה האדם על יסודות השטות הילדותיים. מדוע אין האדם משתומם על פלאי הטבע, וספורי הניסים שתורה? מפני שאינו שם לב ואינו רואה מה הוא רואה! ומדוע אינו שם לב? כי נדמה לו שהוא יודע, שהרי כבר ראה וקרא פעמים כה רבות. – חובת האדם אפוא: להתבונן בתורה ובבריאה כאילו לא ראה אותם מעולם. 'אשר אנכי מצוה אתכם היום' שיהיו חדשים עליכם כאילו ניתנו בו ביום, על ידי כך תעקר הסכלות שבגירסא דינקותא, ועוד יגלו לפניו פלאי התורה והבריאה, שהרי אין סוף לחכמת התורה והבריאה, וככל שיוסיף עיון יוסיף חכמה.

תוכן דבריו: אויב טוט מען נישט אויסרייסן קינדערישע באגריפן וועט מען אלס ערוואקסענער נאך בויען אסאך בנינים אויף די שטיות'דיגע קינדערישע יסודות. ער גיבט א לעבעדיגע ביישפיל וואס צייגט אז מיר זענען אנגעפּיקעוועט מיט יסודות שבילדות. ער פרעגט, פארוואס ווערט א מענטש נישט נתפעל פון די וואונדער פון די טבע? און פון די סיפורי הניסים פון די הייליגע תורה? די תירוץ איז: מיר זענען אויפגעוואקסן מיט טבע אלס קינד. מיר האבן געלערענט חומש אלס קינד. און מיר שפירן אז מיר האבן עס שוין געזעהן און געלערענט פארוואזשע עס איבערגיין נאכאמאל. עס איז א טעות מיסודו. איר קענט עס אייך אליין איבערצייגן, אויב פאנגט מען אן צו לערנען די פרשיות התורה מיט די 'ערוואקסענע שכל' מיט די ערוואקסענע באגריף און עמקות, וועט מען זעהן א נייע וועלט, ממש ניי. דאס זעלביגע איז אויב וועט מען אנהויבן טראכטן איבער די וואונדערליכקייט פון די טבע מיט אן ערוואקסענען בליק וועט מען זעהן דעם 'ומפליא לעשות' מיט ערוואקסענע קאלירן און מ'וועט פון זיך אליינ'ס ארויסשרייען 'מה רבו מעשיך ה'.

עס איז דא א סיבה פארוואס הקב”ה האט אזוי געמאכט אז קליינערהייט זאל די באגריף פון א קינד נישט זיין אזוי ווי די באגריף פון אן ערוואקסענעם. דער מענטש איז די איינציגסטער יצור פון די בריאה וואס איז חסר אונים לחלוטין בשעת'ן געבוירן ווערן. אנדערש ווי אלע אנדערע בעלי חיים וואס קענען שוין שפרינגן און קריכן בלויז עטליכע שעה נאך זייער געבורט - יעדע בעל חיי לפי אירע תכונות. שטעלט זיך די פראגע פארוואס האט די השגחה אזוי קובע געווען? פארוואס זענען מיר מענטשן די מובחר שביצורים די אויסדערוועלסטע אזוי אויסגעשטעלט? די ביאור דערויף שרייבט דער חובת הלבבות (שער הבטחון שער הרביעי): דוד המלך זאגט אין תהילים (קלא) כגמול עלי אמו כגמול עלי נפשי. הקב”ה האט בחסדו ובחכמתו אזוי באשאפן דעם מענטש אז אלסדונג זאל גיין בגדילה ובצמיחה. מקודם איז דער קינד תלוי אין די מאמע. ווען ער וועט אביסל עלטער זעהט ער ווי דער מאמע איז תלוי אין די טאטע [א] און מ'ווערט גרעסער איז מען תולה עיניו צו באשעפער אין הימל. עכתו”ד.

הדרגה איז א יסוד פון הצלחה. אזאך וואס קומט שטאפלווייז האט א קיום און עס ווערט מער אנערקענט. דער ש”ך (שפתי כהן, בראשית כג) ברענגט ארויס די חסד הבורא איבער די מושג פון הדרגה. וז”ל: בימי הילדות כל שנה משונה מחברתה ומתוסף בה דעת ובינה ממש שלפניה, וכל שנה ושנה יש לה יתרון על שלפניה בעילוי דעת ובינה. כי עיר פרא אדם יולד. דער ש”ך ערקלערט אז ביי א קינד איז יעדע טאג און יעדע יאר א נייע מושג, ס'איז אינטערעסאנט ווייל מ'באקומט צו דעת און בינה מער און מער ביז מ'ווערט מבוגר.

אחרי קדמנו כל אלה וועלן מיר אריינגיין אינעם נושא בפרטיות איבער די הגדרה און אנטוויקלונג פון די מין האדם. מיר וועלן זעהן ווי יעדע יאר ממש טוישט זיך די מהותים און אויב טוט מען אויספאלגן די עצות פון חז”ל וועלן די קינדער אויסוואקסן 'מענטשן', 'ערוואקסן' און 'נארמאל' בעזרת השם.


חינוך מתחיל מלידה


די משנה אין אבות (ד, כ) לערנעט אונז: הלומד ילד למה הוא דומה? לדיו כתובה על נייר חדש, אבל הלומד זקן למה הוא דומה? לדיו כתובה על נייר מחוק. יעדע קינד, איז זיין הארץ געגלעכענט צו א ליידיג אומגעשריבען פאפיר. די טבע פון א נייע פאפיר איז, אז יעדע זאך וואס מ'שרייבט אויף איר האלט זיך עס פאר גאר גאר לאנג. די טינט זאפט זיך איין אינעם פאפיר. דערקעגן א געמעקטע פאפיר האלט זיך נישט די טינט אויפן פאפיר אזוי גוט. עס ווערט אפגעמעקט מיט די צייט [ב].

די ערשטע דריי יאר פון א קינד איז פון די וויכטיגסטע און ווי מיר וועלן זאפארט זעהן פאנגט זיך שוין חינוך אן פון געבורט אן. און ווי מער ניי די פאפיר איז, אלס מער וועט זיך די טינט אין איר אנקלעבן און זיך האלטן.

די נישט אידישע וועלט האט גערודערט בשעתו ווען דער טאטע פון פסיכילאגיע זיגמונד פרויד איז געקומען צו די מסקנה אז חינוך פאנגט זיך שוין אן פון געבורט אן (וגם לפני זה במעי אמו התינוק מרגיש ונשפע ממה שבחוץ). פאר אונז איז עס דען א חידוש? זעה חז”ל במס' יומא (פב:) ההוא עוברה דארחא. זעה חז”ל במס' נדה (לא.) למה ולד דומה וכו' זעה גמרא ברכות (י.) ביי דוד המלך, דר במעי אמו ואמר שירה. מ'פארציילט אז ווען מ'האט געזאגט פאר רבי חצק'ל איבער פרויד'ס אנדעקונג. האט ער געזאגט כבר קדמוהו במדרש: שבני ראובן הושרשו במידותיהם מאבותיהם.

מיר געפונען אין חז”ל בירושלמי ווי אומוראים האבן גדענעקט זייער מילדות אד”ג. וידוע מש”כ המאור ושמש בפרשת מסעי: אז רבי ר' אלימלך זצוק”ל האט תשובה געטוהן על מה שחטא בהיותו בבטן אמו וציער אותה אז. – יעקב או עשו ביי בית המדרש און להבדיל ביי בית עבודה זרה איז ראיה מדאורייתא.

יותר מזה. לפי הרמב"ם (פירוש המשניות אבות ג, ט) איז פארהאן א סיבה מחנך צו זיין א קינד דייקא בעפאר ער האט נאך א פארשטאנד בכלל. ער באציהט זיך אויף די משנה: רבי חנינא בן דוסא אומר, כל שיראת חטאו קודמת לחכמתו, חכמתו מתקיימת. וכל שחכמתו קודמת ליראת חטאו, אין חכמתו מתקיימת. הנה דבר זה מוסכם עליו מהפלוסופים ג"כ שהרגל המעלות כשיקדם לחכמה עד שיהיה קנין חזק ואחר כך ילמד החכמה אשר תזרזהו על הטובות ההם יוסיף שמחה ואהבה בחכמה ובחריצות להוסיף ממנה אחר שתעוררהו למה שהורגל וכשיקדימו קניני הדעות ואח"כ ילמד ותהי החכמה מונעת אותו ממה שיתאוה בהרגל תכבד עליו החכמה ויניחנה: ביאור דבריו: א מענטש זאל נישט ווארטן און מעכב זיין די חינוך איז זיין קינד וועט פארשטיין בשכל פארוואס זיין טאטע הייסט אים טון אזוי און אזוי. ווייל אויב ווארט מען, טוט דאס קינד 'איינגעוואוינען' מיט שלעכטע הרגלים. און זיין גוף און נפש ווערט אזוי אויפגעבויט און עס ווערט ביי אים ווי א טבע שני. און אפילו ער וועט שפעטער באקומען שכל וועט זיין הרגל זיין אסאך שטערקער ווי זיין שכל. דאס הייסט אז די נייר חלק ווערט איינגעקריצט מיט שווערע געוואוינהייטן. דעריבער יראת חטאו קומט פאר חכמתו.

פחד מפיגו


לאמיר נעמען איין פאקט און זעהן א זאך וואס באגלייט אונז אגאנץ לעבן צוליב א געשעניש וואס איז געשעהן מלידה. ווי נאר א קינד ווערט געבוירן למזל טוב פאנגט עס אן צו וויינען! פארוואזשע וויינט דאס קינד? שרייבט דער יעב”ץ (פירשו לאבות, פרק ה משנה ג): כי השינוי לאדם קשה, ע”כ בוכה התינוק כשיוצא לאור. בעפאר מיר זענען אראפגעקומען אויף די וועלט אהה איז געווען לעכטיגע טעג 'מי יתנני ירחי קדם' זאגט איוב (כט,ב) א ליכט האט געשיינט אויף אונזער קאפ, מיר האבן געזעהן מסוף העולם ועד סופו. און דאן פלוצים טרעפן מיר זיך אויף די וועלט. מסיבה יסודוית שרייבט הרב הופמן (בנין נפש האדם) יעדע צורה און סוג פון פחד וואס א מענטש זאל נאר האבן טוט אין זיך פארמאגן די פחד פון 'נטישה' איבערלאזן! – פארוואס ווערט מען אזוי דערשראקן ווען עס געשעהט פלוצים א קורצשלוס? פארוואס האט מען מורא? מ'געפונט זיך דאך אינדערהיים ביים טיש אד”ג, וואס איז די פחד? נאך א ביישפיל ווען מ'געפונט זיך אויף א באס און מ'פארשלאפט די דעסטינאציע מ'טרעפט זיך אין א אנדערע שטאט. די הארץ זארגט און פחד'ט וואס איז די פחד און חרדה? ערקלערט הגאון רבי מאיר שפירא זצ”ל. פון הימל האט מען איינגעגלידערט די מושג פון פחד אינעם מענטש שכן 'האלקים עשה שיראו מלפניו' (קהלת ג יד) פחד ברענגט צוריק א מענטש צום מקור!

א געזונטע אויפציאונג טוט ברענגן א רואיגקייט אויפן קינד. די מושג פון פחד איז נישט געמאכט אז מ'זאל עס האבן בכל רגע ורגע ובכל שעה ושעה; עס איז נאר דא אז מ'זאל נישט פארגעסן די מקור. ווי מער זעלבסטשענדיג א קינד ווערט, וועט די פחד ווייניגער ווערן אינעם טאג-טעגליכן לעבן.

לעומת די פיזישע געבוי וואס רוב קינדער זענען אייניג. איז די נפשיותדיג'ע געבוי גאר אנדערש און מער מורכב. עס טוישט זיך מאדם לחברו, און די עלטערן, משפחה און סביבה האבן א גאר גרויסע השפעה.

גדולים בילדותם


נקדים: נישט דאס געבוירן ווערן ביי גרויסע עלטערן איז מוכרח אז מ'זאל האבן א קינד א גאון און צדיק. נישט דאס געבוירן ווערן ביי רייכע עלטערן איז א מוכרח אז דאס קינד זאל וואקסן א גאון וצדיק. דער הייליגער חזון איש האט געזאגט יעדע אידיש קינד איז א 'ספק גדול הדור' יעדער האט די מעגליכקייט אויפצוואקסן א גדול הדור. אין כידוע אז אסאך גדולי ישראל זענען זייערע עלטערן געווען פשוטע ערליכע אידן (כדוגמת הקאזניצער מגיד זצוק”ל). נישט אלע גדולים זענען געווען גאונים ועילויים בילדותם (כדוגמת הרמב”ם בברכת רבו הר”י מיגש. והמהר”ם שיק). געדענקט די פאקטן און האט תקוה אויף אייערע קינדער.

עס זענען געווען גדולים וואס האבן שוין גערעש'ט מיט זייער עילוישקייט אלס קינד. מיר האבן ארומגעבלעטערט אין ספרי התולדות פון באקאנטע גאונים און געליינט איבער זייערע פרקי הילדות. – ילדות האט א חן. א חן פון אמת אן קיין נגיעות. קינדער לעבן מיט די מציאות בטבעיות ובחיבור שלם, אן זיין ווי א דריטע מענטש וואס קוקט פון אינדערויסן און איז בוחן און פוסל. (דאס איז די סיבה פארוואס מ'געדענקט די ימים טובים פון אלס קינד, די הרגש נפשי איז געווען גאנץ, בתכלילת החיבור צום מציאות פון דאן. אהן קיין שכל בוגר וואס איז משוה די יום טוב פון די יאר צום יום טוב פון פאראיאר... ספר קרבה אל נפשי.) עס איז אונז געווען גאר אינטערסאנט צו ליינען איבער זייער חריצות השכל און הנהגת.

לאמיר צולייגן א נקודה חשובה. אויפצוואקסן א געזונט קינד דארף מען אין די יונגער יארן שפרינגן און טאנצן שפילן און פריי טראכטן. דאס איז איינע פון די פאקטן וואס מאכט דאס קינד געזונט וואקסן. עס איז נישט געזונט פאר די גוף און פאר די נפש פונעם קינד צו ערווארטן פון אים קליינערהייט אז ער זאל זיין גרעסער ווי חז”ל האבן אויסגעשטעלט. עס שטעלט זיך ארויס אז גבר בגוברין וואקסן אויף שטערקער ווי די וואס רייסן זיך איבער. דער מייצטע'ר עילוי [ג] האט נישט געהאט קיין געהעריגע יוגנט. סיי פיזיש איז ער געווען נוטה לחולשה. און סיי גייסטיש זיין שוואכע גוף האט שווער פארנומען זיין עילוישע מח. ווען ער איז געווען אין בריסק איז ער אריבער א שולע און געזעהן ווי קינדער שפרינגן און טאנצן א רוח פון ילדות און שמחה האט דארט געהערשט. ער האט זיך דערביי אנגערופן מתוך צער עמוק: פארוואס האב איך עס נישט געהאט אין מיין יוגנט? כלום וואלט ווען געשאדט א טאנץ אדער א שפרינג איינמאל א טאג? אויף גאון און רבן של ישראל רבי חיים בריסקער פארציילט א בן גילו זיינער אז אלס קינד האט ער זיך אויסגעגעבן כדי צו שטילן זיין שטורעמישע מח. יענער פארציילט ווי אזוי רבי חיים איז געווען אלס קינד גאר שטארק און ער האט גענומען איין שטענדער און עס געלייגט אויף א צווייטע שטענדער און מיט איין האנט עס ארומגעטראגן אין בית המדרש. ער האט פאר זיין ילדות געמוזט עפעס נאכגעבן.

ווען רבי חיים האט זיך אמאל געשפילט מיט זיינע חברים מיט א אגוז ניסל (לכאורה ווי א באל) און די אגוז איז אריינגעפאלן אין א שמאלע גרוב, און מ'האט עס נישט געקענט ארויסנעמען. האט חיימ'קע געהייסן ברענגן וואסער, ער האט אנגעפילט די גרוב מיט וואסער און דאס אגוז האט ארויפגעשווימען. ווען מ'האט אים געפרעגט פון ווי עס איז אים בייגעפאלן די עצה? האט ער געזאגט אז עס איז א גמרא מפרושת במסכת שבת (ה:) אגוז שצף על גבי המים.

החינוך לחשוב


רבי חיים איז נתחנך געווארן מיט די מושג פון 'טראכטן' דורך זיין גרויסן טאטע רבי יאשע בער. און רבי חיים האט עס איבערגעגעבן פאר זיין זון רבי וועלוועלע בריסקער און אזוי ווייטער, ווי מיר וועלן זעהן.

רבי יאשע בער האט כסדר געשארפט זיין חיימ'קע מיט חידות און פראגעס בכדי אויסצולערנען אים צו טראכטן. די כח החילוק פון רבי חיים איז נישט געשעהן איבערנאכט. בהזדמנות אחת האט רבי יאשע בער געפרעגט זיין זון חיימ'קע א חידה. אויפ'ן גאס זענען געגאנגן דריי פערד איינע אונטער די אנדערע, צו יעדע פערד איז געווען צוגעבינדן א וואגן אנגעפילט מיט שחת (מן מספוא), ווער פון די דריי פערד זענען איז געווען די גרינגסטע צו גיין און ווער די שווערסטע? דער קליינע חיימ'קע האט אויפ/ן ארט געענטפערט: דער מיטעלסטער פערד גייט די גרינגסטע. סיי ס'עסט פון די וואגן פונעם ערשטן פערד ממילא האט עס מער כח. און סיי דער דריטער פערד עסט פון זיין וואגן ווערט אים דאס שלעפן די וואגן גרינגער. דערקעגן דער לעצטער פערד קיינער עס נישט פון זיין וואגן וממילא איז זיין וואג מער פון די אנדערע.

איינמאל האט איינער געוואלט אויספראבירן די כשרון פון חיימ'קע דער עילוי, האט ער אים געפרעגט: צו עס איז יתכן אז עס זאל זיין אויף די וועלט צוויי ביימער מיט די זעלבע צאל בלעטער? האט חיימ'קע געענטפערט: זיכער, ווייל עס איז נישט קיין ספק אז די צאל ביימער אויף די וועלט, איז מער ווי די צאל בלעטער וואס געפונט זיך אויף די בוים וואס פארמאגט די מערסטע צאל בלעטער אויף די וועלט...

איינמאל האט חיימ'קע שפאצירט מיט זיין טאטע. זענען זיי אריבער א בוים. האט רבי יאשע בער געפרעגט זיין קינד, חיימ'קע, וויפיל בלעטער איז דא אויפן בוים? האט חיימ'קע אראפגעריסן אפאר בלעטלעך, און געפרעגט זיין טאטען זאג מיר וויפיל בלעטער איז יעצט איבערגעבליבן אויפן בוים?

רבי חיים האט איבערגעגעבן די חינוך לחשוב פאר זיין זון הגרי”ז. רבי חיים פלעגט שפאצירן מיט זיין זון אין בריסק. ער פלעגט זיך אפשטעלן נעבן די הויכע בנינים אין שטאט, און דערביי געפרעגט וועלוועלע ער זאל אים שנעל ענטפערן די צאל שטאקן און צאל צימערן אין די בנינים. אדער ער זאל אים זאגן צווישן צוויי בנינים וועלכע עס איז העכער. נאכדעם וואס ער האט געענטפערט, האט רבי חיים פארלאנגט ער זאל אים מסביר זיין ווי אזוי ער איז אנגעקומען צו די תשובה.

אויך א עפעלע איז געווען א געצייגן פאר חינוך לחשוב. לעתים האט רבי חיים צעשניטן א עפל אויף צוויי שטיקלעך וואס האט אויסגעזעהן אייניג אין גרויסקייט. ער פלעגט פראגן וועלוועלע ער זאל אים זאגן וועלעכע שטיקל איז גרעסער. ער האט נישט נאכגעלאזט ביז ער האט אים געזאגט די גורמים וואס האבן אים צוגעברענגט צו זיין מסקנה, צב”ש. די שטיקל איז טאקע העכער אבער עס איז שמעלער. די צווייטע איז נידריגער אבער ברייטער.

רבי חיים האט בעוצם בינת שכלו הבהיר געקענט נוקב זיין עד לשיתין, עס איז פאר אים געווען אפען די אויפפירונג פון מענטשן. ער האט אויפן פלאץ געקענט קובע זיין פארוואס מ'טוט אזוי אדער אזוי. ווען ער פלעגט גיין אויף די גאסן פון בריסק און ער האט מבחין געווען א פרעמדע מענטש נישט פון בריסק, האט ער תיכף געקענט זאגן וואס יענער זוכט אין שטאט.

איינמאל איז רבי חיים געגענאגן שפאצירן מיט זיין זון און נאך באגלייטער. און ער האט זיך אנגערופן צו זיינע באגלייטער: וואס מאכט דער איד אין בריסק דאס ווייס איך נישט. די נייגער פון איינע פון די באגלייטער האט גובר געווען, ער איז צוגעגאנגן צו דעם איד און אים געפרעגט וואס זוכט א איד אין שטאט? וואס קען איך אייך העלפן? דער אמת, האט ער איד געענטפערט פארצווייפעלט, איך בין אנגעקומען דא אין שטאט בטעות. אין בין געפארן אויפ'ן באן וואס פארט אדורך בריסק און בטעות בין איך אראפ אויף די נישט ריכטיגע סטאנציע. ווען רבי וועלוועל פלעגט פארציילן אזאנע מעשיות האט ער מסיים געווען: אזוי האט אונז דער טאטע מחנך געווען צו טראכטן.

איבער די יאהרגענג פון קינדער על פי חז”ל ובמדע אי”ה במאמר ב'.

הערה: מיר האבן געהאט גרייט א לענגערע מאמר מיט אסאך ידיעות. הקב”ה האט צוגעפירט אז כמעט די גאנצע מאמר פארלוירן געגאנגן, עס האט זיך נישט געהעריג געסעוו”ט. מיר האבן אייך קוראי השער נישט געוואלט דיסעפוינטע”ן האבן מיר פראבירט איבערצושרייבן וואס מעגליך. עס איז שוין נישט געווען ככתיבה על נייר חלק...

הוספה למאמר 'וואקסינעשאנס'

(זעה ארגינאלע מאמר)

לאמיר צוברענגען א בית הלוי און דערביי צולייגן א הערה בצידו. וז”ל: רק הענין דכמו דהאדם פועל בעצמו ע”י הרגילו במעשיו הרעים ועושה בעצמו טבע שניה להיות טבעו משתוקק ונמשך לעשות כמעשיו הקודמים וגם אם בשכלו מכיר כי לא טובים הם וכמו שאמר הכתוב לא יתנום מעלליהם לשוב דגם אם בשכלו רוצה לשוב עכ”ז מעלליהם הקודמים אינם מניחים אותו לשוב כי הם השרישו בגופו טבע שניה להרע. וכמו כן הוא פועל במעשיו בכל העולם התחתון בכלל, ולא מבעי אם חטא בפרהסיא הרי ודאי דגורם לאחרים הרואים שילמדו ממנו. אלא אפי' אם חוטא בצינעא בינו לבין עצמו מ”מ ע”י המשכו אחר איזו תאוה הוא מגביר כחה של התאוה הלזו עד שמשריש זה בטבע של כל הברואים ובהעולם להיות טבעם נמשך לזה יותר ממה שהיה מקודם, כי כן יסד מלכו של עולם בהטביעו טבע לכל בריותיו להיות טבעם נשתנה ונמשך אחר מעשה האדם והרגלו. וכפי רוב עשיית האדם כן ישתנה טבע של כולם אם מעט ואם הרבה. ולא לבד בבריות החיים אלא גם בדוממים נעשה טבע חדשה הגורמים להשוכן בתוכם להיות להם נטיה לזה. (עי' בפנים).

אויב וואלט איינער פון 125 יאר צוריק היינט אראפגעקומען צו אונזער וועלטעל. וואלט ער ווען זיך גלייך צוריקגעדרייט צום עולם שכולו טוב. עס איז כמעט אוממעגליך פאר א פריערדיגן צו אטמ'ן אונזער לופט און עסן אונזער עסן אד”ג. אבער מיר מענטשן קענען אטמ'ן די לופט און קענען עס די עסן. כי כן יסד מלכו של עולם.

די מציאות צייגט אז רוב מנין ובנין פון פארגעשריטענע לענדער נעמן וואקסינאציעס. ממילא כן יסד מלכו של עולם אז די טבע ווערט נשתנה אחר מעשה האדם. וכפי 'רוב' עשיית האדם וואס רוב מענטשן טוען אזוי וועט די טבע ווערן איינגעגעסן. נישט נאר ביי מענטשן נאר אויך ביי בעלי חיים און דוממים ווערן א נייע טבע. אנטשולדיגט אייך 'רוב' האט שוין באשלאסן און די טבע האט זיך צוגעשטעלט ווייל כי כן יסד מלכו של עולם. זאל גאנץ כלל ישראל זיין געזונט און שטארק און אפגעהיטן ווערן פון די כל מרעין בישין. האטסט מיר א כשר'ן און א געזונטן פסח.



נאטיצן

א ^ זעה גמרא חולין (דף פד:): רש רב עוירא זימנין אמר לה משמיה דרבי אמי וזימנין אמר לה משמיה דרבי אסי מאי דכתיב (תהלים קיב, ה) טוב איש חונן ומלוה יכלכל דבריו במשפט לעולם יאכל אדם וישתה פחות ממה שיש לו וילבש ויתכסה במה שיש לו ויכבד אשתו ובניו יותר ממה שיש לו שהן תלויין בו והוא תלוי במי שאמר והיה העולם.

ב ^ הגאון רבי יעקב אדלשטיין זצ”ל האט נאכגעזאגט מרבו הברכת שמואל זצ”ל. עס איז ידוע די חז”ל אז רבי עקיבא איז געווען אן עם הארץ ביז צו די פערציג יאר. ובכל אופן האט ער זוכה געווען אז די תורה זאל איינגעקריצט ווערן אין אים און איז אנגעקומען צו גרויסע מדריגות. האט ער מחדש געווען אז ביי רבי עקיבא איז זיין תורה ביי די פערציג געווען ווי א נייר חלק ביי א ילד. מבהיל.

ג ^ מתוך שערי מדע מאמר מוחות עילויים: א זעלטענע אריינבליק אין א מח פון א עילוי באגעגענען מיר אינעם מח פונעם עילוי ממייצאט ז"ל (מתחלה היה תלמיד חביב להגר"ח מבריסק זצ"ל לבסוף הגיע למזרחי, חבל) דערציילט ער א שמועס וואס ער האט געהאט מיטן עילוי: ער האט דעם עילוי געפרעגט פארוואס אין זיינע שיעורים האט ער כמעט קיינמאל נישט דערמאנט רבי חיים בריסקער זצ"ל, דער עילוי פלעגט זיך ארויסדרייען פון עס ענטפערן, אבער פון די פאלגענדע שמועס פארשטייט מען אביסל די סיבה דערפאר: כל יסודי המחשבות האדם נקבעים, נגמרים ונחלטים אצלו בנערותו, ובשאר ימי חלדו הללו רק מתרחבים ומתפשטים על גבי היסודות שלפנים. די יסודי המחשבות פון א מענטש ווערן באשטימט און פארענדיגט בשעת די יונגע יארן, פון דארט און ווייטער ווערן נאר די יסודות מער צעשפרייט אבער אלסדונג ווערט געבויט אויף די יסודות פון די יוגנט. דא האט דער עילוי אנדעקט פון זיך אביסל, אז רוב פון זיינע רעינות און רובי תורתו איז געבויט אויף די יארן פון די פערצן ביז די אכצן.

דא אנדעקט ער א אינטערעסאנטע פאקט, די גדולי כשרון המחשבה, און די שנעלע קעפ די קלי מרוץ השכל הערן זיך זיכער גוט צו אויסצוהערן זייערע רבי'ס שיעורים. אבער מפני שמוחם עובד בלי הרף, וויבאלד זייער מח ארבעט אן אפשטעל וחושב מחשבות עצמם, איז זיי שווער צו מקבל זיין און ממשיך זיין מיט די דרכי מחשבות פון אנדערע. "ובעלי כשרון בינוני מסוגלים לפעמים להתמסר יותר ולהתלמד מלאכת מחשבת רבם", יא, די מיט די מיטלמעסיגע כשרונות קענען צומאל בעסער אויפכאפן די שיעורים און דערגיין די דאנקן-גאנג פון זייער רבי'ן.

זיין עילוישע מח האט אים אויך געברענגט עגמת נפש און אומאיינגענעמליכקייטן, מ'פלעגט אים טרעפן שטיין ביי די באן סטאנציע אויף דילענסי פארטראכט מיט די פינגער אין מויל, ווען מ'האט אים אויפגעמערקזאם געמאכט דערויף, האט ער מיט כח געדארפט אנהאלטן זיין האנט (ליודעי דעה ומדע נזכרים אודות המאמר המקשר האצבע עם עיון).

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל