היסטאריע שפילט זיך היינט אפ אין יאפאן ווען צום ערשטן מאל אין 200 יאר וועט דער עמפארער פון יאפאן אפטרעטן פון טראן און דער קרוינפרינץ וועט איבערנעמען דעם שטוהל. דער 85 יעריגער עמפארער אקיהיטא האט מיט אנדערהאלבן יאר צוריק געמאלדן דעם באשלוס זאגנדיג אז צוליב זיין עלטער איז אים שווער צו אויספירן זיינע קייסערליכע פליכטן. אקיהיטא איז געקרוינט געווארן אין 1989 אלס דער 125סטער קייזער פון דער לענגסטער מאנארכיע אין די וועלט, אבער זינט די צווייטע וועלט קריג איז דער ראלע מיינסטנס סימבאליש, אבער פארט פארמאגט דער מלוכה הויז א שטארקע באדייט פאר׳ן יאפאנער פאלק, און די מלוכה פון יעדן קייזער צייכנט אפ א באזונדערע עפאכע וואס קומט צו אויסדרוק אין פילע רעגירונג פאליסיס און אפיציעלע אנלעגנהייטן.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל