באאמטע אין קאליפארניע אינאיינעם מיט די עף-בי-איי האבן געמאלדן אז זיי האבן סוקסעספול צושטערט א טעראר פלאן וועלכע וואלט געקענט ברענגען פילע פאטאליטעטן. דער טעראריסט איז אידענטיפיצירט געווארן אלס דער 26 יעריגער מארק דאמינגא, אן אמעריקאנער ארמיי וועטעראן וועלכער האט געדינט אין אפגאניסטאן און איז ראדיקאליזירט געווארן דורך אייסיס, און האט אין די לעצטע וואכן העפטיג פלאנירט א סעריע פון אטאקעס קעגן אידישע און קריסטליכע צילן אלס נקמה אויף די טעראר אטאקע קעגן די מעטשעטן אין ניו זילאנד. פעדעראלע אגענטן וועלכע האבן דערשפורט זיין פלאן האבן זיך פארשטעלט אלס קאאפערירער אינעם פלאן און אזוי ארום באוויזן אים צו אפשטעלן און ארעסטירן.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל