פרעזידענט טראמפ און זיין פאמיליע האבן אריינגעגעבן א קלאגע צום געריכט קעגן עטליכע בענק אין וועלכע זיי פארלאנגען אז דאס געריכט זאל צוריקהאלטן די בענק פון קאאפערירן מיט סובפינעס פון קאנגרעס וועלכע פארלאנגען פון זיי די פינאנציעלע רעקארדס פון פרעזידענט טראמפ און זיינע ביזנעס אונטערנעמונגען, אינעם קלאגע ווערן דערמאנט די ״דויטשע באנק״ און ״קעפיטאל וואן״ וועלכע האבן ביידע באקומען סובפינעס פון קאנגרעס צו צושטעלן דאקומענטן איבער דעם פרעזידענט׳ס ביזנעס. אינעם קלאגע שרייבט טראמפ אז די סובפינעס זענען נישט לעגאל בינדענד וויבאלד דער ציל איז צו ״רודפ׳ן דעם פרעזידענט און זיין פאמיליע, און נישטערן אין זיינע פריוואטע פינאנצן״. דעמאקראטישע פארזיצער פון די אויספארשונג קאמיטעען אין קאנגערס האבן אוועקגעמאכט דעם קלאגע, זאגנדיג אז עס האט נישט קיין שום לעגאלע האפט און זיי וועלן אנגיין מיט די אויספארשונגען.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה