די אנטי דעפעמאציע ליגע וועלכע פארנעמט זיך מיט רעקארדירן און האלטן חשבון אויף האסן פארברעכן און אנטיסעמיטישע אינצידענטן אין אמעריקע האט נעכטן ארויסגעגעבן איר באריכט פאר׳ן יאר 2018 אין וועלכע זיי שטרייכן אונטער אז דאס יאר האט געזען די העכסטע צאל אנטיסעמיטישע אינצידענט זינט 1979, די צאל אינצידענטן שטייט ביי 1,879. און גלייכצייטיג איז די צאל אנטיסעמיטישע פיזישע אטאקעס פארטאפלט געווארן פון א יאר פריער מיט 39 אטאקעס קעגן בלויז 17 אטאקעס א יאר פריער, און רוב דערפון האבן פאסירט אין די לעצטע פאר חדשים פון יאר 2018, און דאס רעכנט אריין די שיסעריי ביים ״עץ חיים״ שול אין פיטסבורג.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה