די טראָמפּ אַדמיניסטראַציע האט צוגעגעבן אן פרישע שיכט צו איר "מאַקסימום דרוק" קאַמפיין קעגן איראַן, ווען עס האט דערקלערט די איסלאַמישע רעוואָלוציאַנערע גאַרד אַלס אַ "אויסלענדישע טעראָריסטישע אָרגאַניזאַציע" - אַ שפּרינג וואס שטעלט אויס צו אַמעריקאַנער קרימינאַלע קלאַגעס סיי ווער עס שטיצט זיי. "די אומפּרעצעדענטירטע שריט, אָנגעפירט דורך די סטעיט דעפּאַרטמענט, אַנערקענט די רעאַליטעט אַז איראַן איז נישט נאר א לאנד וואס שטיצט טעראָריזם, נאר אז די איי.אַר.דזשי.סי. נעמט אן אקטיווער טייל דערין, פינאַנצירט און העלפט אויספירן טעראָריזם", האט פּרעזידענט טראָמפּ געזאגט, מעלדנדיג די באשלוס היינט מאָנטאָג צופרי. "די באַשטימונג וועט זיין דאס ערשטע מאל וואס אַמעריקע האט אמאל דערקלערט א אנדערע רעגירונג אלס א טעראָריסטישע אָרגאַניזאַציע".

ענציקלאָפּידיע: קודס קרעפטן



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל