נעכטן אינדערפרי האט א ספעציעלע פראכט שיף געברענגט א אומגעווענליכע ליפערונג צו די ברעגעס פון ניו יארק, נעמליך אן ארגינעלער וואגאן פון די לאסט באנען וועלכע האבן געפירט איבער א מיליאן אידן צו די טויערן פונעם אוישוויץ גיהנום און אנדערע טויט לאגערן. אין איין אזא וואגאן האט מען אריינגעשטופט איבער 80 מענער פרויען און קינדער, און פילע האבן נישט איבערגעלעבט דעם רייזע.

דער וואגאן קומט אן אינאיינעם מיט איבער זיבן הונדערט חפצים וועלכע וועלן געשטעלט ווערן אלס טייל פון א ספעציעלע אויסשטעל איבער אוישוויץ וועלכע וועט געעפנט ווערן אין די קומענדיגע וואכן אינעם ״דזשואיש העריטעדזש מוזעאום״ אין מאנהעטן. דער אויסשטעל וועט אפצייכענען זיבעציג יאר צום באפרייאונג פון אוישוויץ, און אנטשפרעכט צו זיין דער גרעסטער אויסשטעל איבער אוישוויץ אויפ׳ן אמעריקאנער באדן. ״דאס ברענגען אזא אויסשטעלונג קיין ניו יארק וואו עס וואוינען פילע פון די לעצט-פארבליבענע אוישוויץ איבערלעבער איז גאר וויכטיג, ספעציעל ווען ליידער פילע יוגנטליכע זענען אומבאקאנט מיט די פינסטערע היסטאריע״, איז ציטירט געווארן אין די פרעסע מר. ברוס ראטנער וועלכער שטייט אין שפיץ פון די קאמיטע וועלכע אראנזשירט דעם אויסשטעל.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל