א פרישע קאנטראווערסיע איז אנטשטאנען, נאכדעם וואס א באאמטע אינעם טראמפ אדמיניסטראציע האט צוגעשיקט צו קאנגרעס א באריכט אין וועלכע ער פארציילט אז די טראמפ אדמיניסטראציע האט געשאנקן סעקיוריטי קליערענס צו 25 באאמטע אין די אדמיניסטראציע טראץ די קעגנערשאפט פון די זיכערהייט באאמטע אינעם רעגירונג. דער באריכט איז צוגעשיקט געווארן דורך טרישע ניובאלד - וועלכע דינט די לעצטע אכצן יאר אלס אויפזעערין איבער סעקיוריטי קליערענס אינעם ווייסן הויז - וועלכע זאגט אז די טראמפ אדמיניסטראציע איגנארירט די רעקאמענדאציעס פון די רעגירונג אגענטורן, און האט געשאנקן זיכערהייט צוטריט צו רעגירונג סודות פאר 25 באאמטע אין די אדמיניסטראציע טראץ וואס זיי זענען נישט קוואליפיצירט צוליב זייער הונטערגרונד. זי זאגט אז נאכדעם וואס זי האט געמאכט א טומעל דערוועגן, איז זי באזייטיגט געווארן פון איר פאזיציע.

דער דעמאקראטישער פארזיצער פון די קאנגרעס איבערזיכט קאמיטע זאגט, אז ער וועט שיקן א סובפינע פאר די ווייסע הויז באאמטע וועלכע זענען פאראנטווארטליך פאר זיכערהייט קליערענס צו פארשן דעם באשולדיגונג. אבער רעפובליקאנער מיטגלידער אינעם קאמיטע זאגן אז דער פרעזידענט האט די רעכט צו אפווארפן די רעקאמענדאציעס פון באאמטע, און באשולדיגן די דעמאקראטן אין א פארזוך צו עפענען פרישע פארטייאישע אויספארשונגען.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל