פרעזידענט טראמפ האט נעכטן געווארנט אז ער וועט גענצליך אפשפארן דעם אריבערגאנג צווישן אמעריקע און מעקסיקא, אויב ווערט נישט גענומען שריט דורך מעקסיקא צו אפשטעלן די פלייץ פון אימיגראנטן וועלכע שפרייזן אריבער דעם גרעניץ צו פארלאנגען אזיל-רעכטן אין אמעריקע. דאס קומט נאכדעם וואס דעם פארלאפענעם חודש זענען אריבערגעקומען א רעקארד פון איבער הונדערט טויזנט אימיגראנטן דורך דעם גרעניץ אריבערגאנג, און לויט׳ן יעצטיגן געזעץ פארמאגן נישט די גרעניץ וואך אויטאריטעטן קיין וועג צו אפהאלטן די פליטים פון אריינקומען קיין אמעריקע.

די סטראשע קומט א טאג נאכדעם וואס דער פרעזידענט האט געמאלדן אז ער וועט אפשטעלן אמעריקאנער הילף פאר דריי לענדער אין צענטראל אמעריקע אלס פאר׳ן נישט קאאפערירן גענוג מיט אמעריקע צו בלאקירן קאראוואנען פון פליטים וועלכע מארשירן צופוס צום אמעריקאנער גרעניץ צו זוכן שוץ אין אמעריקע.

די דעמאקראטישע פירערין נענסי פעלאוסי האט רעאגירט צו דעם באשלוס, זאגנדיג "דער פרעזידענט פארערגערט דעם הומאניטארער קריזיס אין די לענדער מיט׳ן אפשטעלן די הילף, דאס וועט בלויז פארמערן די צאל פליטים וועלכע זוכן צו אנטלויפן פון דארט". אפשליסן דעם גרעניץ קען ברענגען ביליאנען אין שאדנס, ספעציעל אינעם אגריקולטור מארקעט, וויבאלד ארום האלב פון אלע אמעריקאנער פרוכט און גרינצייג ווערן אימפארטירט פון מעקיסקא, און דאס קען ברענגען אן ערנסטע מאנגל אינעם אמעריקאנער מארקעט.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל