דער רויטערס נייעס קוואל האט אויפגעדעקט דעם פרייטאג אז בעפאר קים יאנג-אן האט באשלאסן צו ענדיגן דעם סאמיט אין האנוי, האט פרעזידענט טראמפ אים דערלאנגט א דאקומענט אין וועלכע ער האט ארויסגעלייגט דעם אמעריקאנער פארשלאג, אונטער וועלכע צפון קארעא איז פארלאנגט געווארן צו נעמען דראסטישע שריט אין אויסטויש פאר׳ן אראפנעמען אלע עקאנאמישע סאנקציעס. דער דאקומענט האט ארויסגעשטעלט א פלאן וועלכע נוצט דעם ״ליביע מאדעל״, וואס באציעט זיך צום אפמאך צווישן די בוש אדמיניסטראציע און די קאדאפי רעזשים אין ליביע. אונטער דעם פלאן טוט צפון קארעא גענצליך אויפלעזן איר גאנצע נוקלעארער פראגראם, און שיקט צו אמעריקע אלע אירע נוקלעארער זאפאסן און רויע מאטריאל, און עפנט זיך גענצליך אלע אירע איינריכטונגען פאר אויסלענדישע אינספעקטארס.

דער פלאן איז אין די פארגאנגענהייט אויפגעברענגט געווארן אין אן עפנטליכע סטעיטמענט דורך דער נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער דזשאן באלטאן, און האט געברענגט א שארפע פארדאמונג פון די נארט קארעא אויטאריטעטן, וועלכע האבן אנגעוויזן אז טראץ וואס קאדאפי האט גענומען די שריט האט אמעריקע אראפגעווארפן זיין רעזשים שפעטער. לויט די קוועלער איז דער פלאן צו דערלאנגען אזא דאקומענט איז געקומען פון דעם שפארבערישער דזשאן באלטאן, און דאס האט אויפגעברויזט די קארעאר דעלעגאציע וועלכע זוכט א שטאפלווייזע צוגאנג. פרעזידענט טראמפ האט נאכ׳ן סאמיט דורכפאל אויסגעדריקט אומצופרידנהייט פאר׳ן אים פאלגן, און זוכט יעצט צו באנייען די פארהאנדלונגען מיט א מער מעסיגע צוגאנג.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל